top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' פינסק קארלין וויילט שבת בין כותלי ישיבתו אין שטאט בני ברק

לפני 6 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם שבת פרשת לך לך האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א געווארט אויף שבת אין בני ברק און אפגעראכטן דעם גאנצן סדורו של שבת אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה פינסק קארלין אין שטאט, וואס איז נתייסד געווארן מיט בלויז עטליכע יאר צוריק און האט אין די קורצע צייט קונה געווען דעם כתר שם טוב אלס אן אויסגערופענע מקום תורה פאר בחורי חמד. דורכאויס דעם גאנצן שבת האט זיך דער רבי שליט"א אראפגעלאזט צו די בחורים מן ההר אל העם און פארברענגט מיט זיי בדברי תורה, חסידות, מוסר און חיזוק צום נייעם זמן, און באזונדער האבן די בחורים געהאט די געלעגנהייט ליסב על שולחן מלכים און מיטהאלטן די געהויבענע טישן אויף א גאר נאנטן פארנעם.



תגובות


bottom of page