top of page
התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה דורך האד' מסאטמאר אין נייעם רחבות'דיגער צענטער פון "חברים קרית יואל"
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ א גייסטרייכער מעמד "קביעת מזוזה" איז אפגעראכטן געווארן אין קרית יואל, ווען דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט קובע געווען די מזוזה על פתח השער פון דעם נייעם הויפטקווארטיר פון די בארימטע "חברים" ארגאניזאציע, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אויף די עיקערס גאס, אנהייבנדיג א פרישע עפאכע פון חסד צווישן די תושבי העיר פון אלע געגנטער. דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה אויפ'ן טויער ביים אריי


שר בית הסוהר: הויכראנגיגער ווארדן פון אוטעסוויל טורמע באזוכט אין קרית יטב לב - בלומינגבורג
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א גאר פראדוקטיווע און באדייטנדע באזוך איז פארגעקומען דעם נעכטן מיטוואך אין קרית יטב לב, דורך דעם הויכראנגיגן פעדעראלן ווארדן פון די אוטיסוויל תפיסה, מר. עריק ריקארד. באגלייט דורך דעם לעגענדארן עסקן ושתדלן הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו און ר' דוד כ"ץ פון די UJO ארגאניזאציע, אינאיינעם מיט די לאקאלע ווילעדזש באאמטע און די "יחד" עסקנים. דער הויכפונקט פונעם באזוך איז געווען א ספעציעלע זיצונג אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק קרית יטב


מעמד הקמת המצבה על קברו פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל אין שפיץ פון בניו האדמור"ים
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש "הקמת מציבה" על קברו פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל, וואס איז ליידער אזוי יונג אוועקגעריסן געווארן בשיא פריחתו, שקעה חמה שלא בעונתה. היות די שלושים איז אויסגעפאלן אום מוצאי צום גדלי' און דער מנהג איז נישט צו שטעלן קיין מצבה אום חודש תשרי, האט מען באשטימט די מעמד הקמת המצבה אויף פאריגן דאנערשטאג וירא. צו דער באשטימטער שעה האט מען זיך פארזאמלט ביי


הונדערטער תלמידי ישיבות קטנות ד'סאטמאר זיך פארהערט אויף מסכתות הש"ס אין ראם פון חבורת "ותלמודו בידו"
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין א גאר דערהויבענע מעמד "בחינה פומבי" איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת אין די בית רחל פאראדייס זאל אין קרית יואל, דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדות סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק, בראשות פון די נשיא הישיבות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז געווען געווידמעט פאר די הונדערטער בחורים מצטיינים תלמידי הישיבות וואס האבן געהארעוועט במשך א גאנץ יאר און זיך געלאזט פארהערן אויף הונדערטער


ברוך הבא: האד' מלעלוב וועט אנקומען קיין ניו יארק לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בעת לעלוב אין אמעריקא גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות און עקסטאז מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צופארן מהתם להכא ממעון קדשו אין בית שמש קיין ניו יארק, לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל. די וואך מוצאי שבת פרשת חיי שרה נאך הבדלה, אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש, וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום, און שפעטער אין די נאכט וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג קיין ניו


ירושלים: שמחת השבע ברכות במעונו פון הגאון רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי עדת הספרדים
דינסטאג פרשת חי' שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזוני פארלאפענע וואך דאנערשטאג איז אין ירושלים פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א, ראש ישיבת פורת יוסף, ומגדולי מנהיגי עדת הספרדים. בראש השמחה האט זיך משתתף געווען דער פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר שליט"א וועלכער איז געקומען מחזק זיין דעם ראש הישיבה וואס איז שוין עטליכע יאר לוחם בראש המערכה אנטקעגן די ביטערע גזירות הגיוס אין ארץ ישראל, פון וואס די


טויזנטער תשובי וויליאמסבורג אונטער'ן רושם פון שבת מרומם בצל כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש "מעין עולם הבא יום שבת מנוחה" האבן אלפי תושבי וויליאמסבורג זוכה געווען צו שפירן און מיטלעבן אויף א העכערן פארנעם, מיטהאלטנדיג דעם אומפארגעסליכן שבת מרומם פ' וירא העעל"ט מלא התרוממות ודביקות בצל קדשו פונעם אורח הגדול מגדולי מנהיגי יהדות החרדית בארה"ק, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א. דורכאויס די יעצטיגע וואכן וואס דער רבי שליט"א געפינט זיך צוגאסט אין ניו יארק ווערן די טעג פארוואנדלט אין ימי הוד והתעלות פאר תושבי ניו יא


לברך ולהתברך: האד' מנדבורנא ירושלים באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מנדבורנא לרגל השמחה במעונו
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם זונטאג אויפדערנאכט, בעת כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א האט זיך געפונען אין שטאט בני ברק לרגל עטליכע שמחות ביי די חסידים, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, צו וואונטשן מזל טוב לרגל די חתונה פון א אייניקל, וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך בעת דער רבי פון ירושלים האט זיך געפונען אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים. דער נדבורנא רבי האט מכבד געווען דעם ברודער דער נדב


וזוכר חסדי אבות: הילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש מיט התעוררות דקדושה האבן אלפי חסידי בעלזא געפראוועט די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש גולת אריאל דער פריערדיגער בעלזער רב הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע, בצל הקודש פון נכדו הגדול, דער ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. מאנטאג אויפדערנאכט בליל ההילולא איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום בית תפילה בביתו נאווה קודש, וואו דער רב שליט"א האט אנגעצינדן די לעכטאון יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מערי


האד' מסאטמאר אויפגענומען הויכראנגיקע פאליטיקאנטן צו בעפארשטייענדע וואל פארמעסט
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בלויז עטליכע טעג בעפאר די וואלן אין ניו יארק האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגענומען א צאל הויכראנגיקע פאליטיקאנטן וועלכע זענען געקומען מקבל זיין דעם ברכת הקודש און באקומען שטיצע אין די וואל פארמעסט.דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש די סטעיט סענעטאר דזשעימס סקופיס וועלכע פארטרעט קרית יואל, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די געזעץ


ביקור תנחומין: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי הרב משה מיליקובסקי בן האד' מאמשינוב נאכן אויפשטיין פון די שבעה
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז היינט אויפדערנאכט אנגעקומען קיין ביתר צו באשיינען די שמחת התנאים פון אן אייניקל, האט נאכן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, אפגעשטאט א ביקור תנחומין ביי הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע האט זיך היינט אויפגעשטעלט פון די שבעה נאך די טראגישע פטירה פון זיין אשת חיל ע"ה, וועלכע איז נפטר געווארן אין א בליענדן עלטער, איבערלאזענדיג נאך זיך


אויטא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א באקומט חותם ההכשר פון מפעל לטהר שע"י ק"ק סקווירא
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין נאך א מאסיווע פאראויס שריט אינערהאלב די פעולות לטובה דורך מפעל "לטהר" שע"י חסידי סקווירא, וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן זיך אפצוהיטן פון די פגעי הטעכנעלאגיע, איז אין די לעצטערע טעג - נאך לאנגע חדשים פון הארעוואיניע - ענדגילטיג אהערגעשטעלט געווארן א נייע סארט 'קאר פילטער' צו קענען פילטערן אלע קארס וועלכע קומען מיט אפענע אינטערנעט אדער AI, און באזונדער איז מען אויפגעקומען מיט א העכסט געניאלע געדאנק אז א יעדע קאר וועלכע


הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע באזוכן ביי האד' מסאטמאר
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, די הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע, די וועלטס גרעסטע השגחה , מקבל צו זיין ברכת קדשו צום התמנות פון הרב משה עלעפאנט שליט''א אלס רב הראשי פונעם ארגאניזאציע, איבערנעמענדיג דעם אמט פון הרב מנחם גענאק שליט"א וואס האט צענדליגער יארן געדינט דעם פאזיציע. דער רבי שליט''א האט א לענגערע וויילע זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולו


ניחום אבלים ביי המקובל הגאון ר' שמעון גלאי שליט"א ע"פ אחיו הרה"ג ר' מרדכי גלאי זצ"ל שו"ב
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דורכאויס די וואך האבן פילע גדולי התורה והחסידות מנחם אבל געווען ביי המקובל הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א וועלכער איז געזעצן שבעה נאך די פטירה פון זיין ברודער רבי מרדכי גלאי ז"ל שו"ב. היינט זונטאג ביים אויפשטיין פון די שבעה האט זיך דער מקובל ארויסגעלאזט קיין לאנדאן אינאיינעם מיטן משלחת כבוד גדולי ומאורי הדור, לטובת דער קרן עולם התורה.


ביקור גומלין: האד' מסטריקוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין באזוך ביי שאר בשרו מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א, זיך צו באדאנקען און אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די געוואלדיגע כוחות וואס די ראש הישיבה האט אריינגעלייגט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן, להצלחת המערכה ביי די וואלן אין ארץ ישראל. במשך דעם באזוך איז אויך ארומגעשמועסט געווארן איבער די אזוי גערופענע חרדי'שע פארטייען, וועלכע האבן פרובירט צוצונעמען


נפש נקי וצדיק: נפטר געווארן הילד ישראל דן טאוב ע"ה אייניקל פון האדמור"ים ממודזיץ און לעלוב ירושלים
מוצאי שב"ק פרשת וירא • כ' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט אומגעהויערע צער איז דעם פרייטאג ביים זמן כניסת השבת אויפגענומען געווארן די בשורה קשה ביי חסידי מודזיץ בפרט איבער די פריצייטיגע פטירה פון האי נפש נקי וצדיק בנן של קדושים הילד ישראל דן טאוב ע"ה, א דריי יעריג קינד, אייניקל פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וואס איז נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען די לעצטע חדשים מיט שווערע יסורים ל"ע. די נפטר מגזע אראלים ותרשישים איז געווען א זון פון הרה"ג רבי שלמה צבי הירש טאוב שליט"א


נועם ישראל: סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל
פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי דעם מאנטאג נאכט, ליל ט"ז מרחשון, איז אין חצר הקודש קרעטשניף – קרית גת אפגעצייכנט געווארן די זיבעטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל "נועם ישראל" מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, ביים געהויבענעם מעמד סעודת הילולא און סיום הש"ס, אין שפיץ פון בנו וממלא מקומו, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א. בליל ההילולא האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור, סעודת ההילולא און סיום הש"ס, אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון "רמות ד


בשבת אחים: האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט ביי האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו, האט די וואך אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי אחיו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו די רבי'ס האבן ברידערליך פארברענגט א לענגערע וויילע בשבת אחים גם יחד, בדברי תורה, סיפורי צדיקים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט מען געטרונקען לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן ריקוד של שמחה.


מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שווערע קאר עקסידענט
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכט העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף אין ירושלים, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן איין זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זון, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן קאר עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרי


סעודת שלושים און התחלת כתיבת ספר תורה לזכרו פון כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי שווארץ,JDN ככלות השלושים להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל, איז נעכטן אין די פארמיטאג שעהן פארגעקומען די מעמד עליה לציון אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט אין שפיץ פון דעם רבינס קינדער הרבנים שליט"א, שפעטער נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן די מעמד סיום ששה סדרי משנה און התחלת כתיבת ספר תורה לעילוי נשמתו הטהורה אין דזשירקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואו א גרויסן ציבור חסידים ומוקירי זכרו פונעם רבי'ן זצ"ל הא


bottom of page

