אויטא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א באקומט חותם ההכשר פון מפעל לטהר שע"י ק"ק סקווירא
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין נאך א מאסיווע פאראויס שריט אינערהאלב די פעולות לטובה דורך מפעל "לטהר" שע"י חסידי סקווירא, וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן זיך אפצוהיטן פון די פגעי הטעכנעלאגיע, איז אין די לעצטערע טעג - נאך לאנגע חדשים פון הארעוואיניע - ענדגילטיג אהערגעשטעלט געווארן א נייע סארט 'קאר פילטער' צו קענען פילטערן אלע קארס וועלכע קומען מיט אפענע אינטערנעט אדער AI, און באזונדער איז מען אויפגעקומען מיט א העכסט געניאלע געדאנק אז א יעדע קאר וועלכע וועט ערהאלטן די פילטער וועט ארויפגעלייגט ווערן אויפן קאר א ספעציעלע הכשר זיגל מטעם מפעל "לטהר" מיטן חותם אז דאס איז א כשרע קאר אן קיין שום מכשולות.
שוין א לענגערע צייט וואס די עסקנים האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן א פאסיגע לעזונג איבער די נושא פון קאר פילטערינג, א געברויך וואס ווערט נאר מער און שטארקער מיט א יעדע פארבייגייענדע טאג, ובפרט מיט די אלע נייע אויפקומענדע קאר מאדעלן און נייע סארטן פיוטשערס, און אצינד נאך לאנגע חדשים פון איבערמידליכע כוחות איז מען בס"ד אויפגעקומען מיט א פאסיגע פילטער, און דערמיט טוט צוקומען דער ספעציעלן הכשר זיגל מטעם מפעל 'לטהר' וועט דאס פארזיכערן אז די קאר אז דאס איז אויסגעהאלטן און ריין אן קיין מכשולות.
פארגאנגענע וואך מוצאי שבת לך לך בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז אהיימגעגאנגען פון ביהמ"ד נאך הבדלה, איז דער רבי ערשינען אין די גאראדזש פארנט פון ביתו נאוה קודש דארט ווי עס איז פארקירט די קאר, וואס ווערט כסדר באנוצט פאר'ן פריוואטן געברויך פונעם רבי'ן שליט"א, כדי צו פארגרינגערן זיין אנקומען אין ביהמ"ד און צו אנדערע פלעצער אין דער אומגעגנט. עס האבן דארט אפגעווארט די עסקנים פון "לטהר" איבערגעבענדיג א באריכט פארן רבי'ן שליט"א איבער די נייע געניאלע געדאנק פונעם "הכשר זיגל" אויף די קארס, און דערביי האט דער רבי שליט"א פערזענליך מיטגעהאלטן ווי אט דער "הכשר זיגל" ווערט ארויפגעלייגט אויף זיין אייגענע קאר בחותמו של מלך, דער רבי האט זיך צוגעקוקט דערצו מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח, און אנגעוואונטשן די עסקנים מיט ברכות לרוב אויף די מלאכת הקודש לטהרתן של ישראל.






תגובות