top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע אבן הפינה פאר נייעם ביהמ"ד ישועות משה וויזניץ אין אשדוד אפגעראכטן בצל האד' מוויזניץ אין מושב אורה

לפני 20 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

במעון הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה איז דעם דאנערשטאג פארגעקומען א שיינעם מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע וויזניצער ביהמ"ד "ישועות משה" אין אשדוד, ביי וועלכן די יונגעלייט מתפללי הביהמ"ד האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן שעות של קורת רוח בצל הקודש, אלס אנערקענונג פאר זייער ביישטייערונג מיט ריזיגע סכומים, צו קענען אנהייבן די בוי-ארבעט פונעם נייעם בנין בית מקדש מעט.


נאך תפילת מנחה אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, האט זיך דער ציבור אוועקגעזעצט צו א סעודה כיד המלך, ארום די הערליך געדעקטע טישן.


עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער בארימטער בעל מחנך הרה"ג ר' פנחס ברייער שליט"א, וועלכער האט מיט זיין טאלאנטפולע לשון לימודים אנגעווארעמט די הערצער איבער די הכנה דרבה צום הנחת אבן הפינה בחצר גינת ביתן המלך. בשעת זיין דרשה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד. רבי פנחס האט ווייטער ממשיך געווען זיין דרשה, און באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, ארויסהייבנדיג מיט התרגשות אז דער רבי שליט"א איז נישט בלויז דער רבי פון וויזניצער חסידים, נאר א רועה נאמן פאר כלל ישראל, וועלכער פלאנצט איין אמונה און בטחון אין אידישע הערצער מתוך שמחה עצומה.


דערנאך האט דער בדחן הר"ר בנציון טאבאק שיחי' מהנה געווען מיט הערליכע חרוזים, און באזונדער דערמאנט לשבח הרבני הנגיד ר' ישראל ברוך ווידער, וועלכער האט זיך אונטערגענומען די זכות שם הבנין, נאכדעם וואס ער האט מנדב געווען א ריזן סכום לטובת דעם ביהמ"ד.


דערנאך האבן די משתתפים אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות, און דערויף האט דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות געגאסן דעם אבן הפינה, ווען דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד, מיט'ן ניגון "בנה ביתך כבתחילה".


דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש אין וועלכער ער האט אויסגעדריקט הכרת הטוב מעומק הלב פאר'ן נדיב הרה"ח ר' ישראל ברוך ווידער שיחי'. דער רבי האט דערמאנט די ידידות וואס האט געהערשט צווישן זיין פאטער, הגה"ח ר' שמואל זאנוויל ווידער ז"ל, מיט אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, ווען זיי האבן געלערנט בחברותא במשך לאנגע יארן.


דער רבי האט ווייטער דערמאנט די איבערגעגעבנקייט פון ר' ישראל ברוך צו אים בעת ער האט געוויילט אין עיה"ק צפת, אין זיין אכסניא, ווי אויך זיין איבערגעגעבנקייט צו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א.


ביים ענדע פונעם מעמד האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א טייערע און ספעציעלע מתנה פאר יעדן פון די משתתפים: א שיינע וויזניצער טלית לכבוד שבת קודש, צוזאמען מיט א הערליכן טלית בייטל.


נאך וואס דער רבי האט פארלאזט די מעמד, האט אויפגעטרעטן דער רב הקהילה, הרה"ג ר' שלמה זלמן ווייס שליט''א, וועלכער האט ארויסגעהויבן לשבח די מסירות נפש פון די חברי קרן הבנין, אןם ארויסגעברענגט די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון די חשוב'ע אינגעלייט, וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם חלק הארי פון דעם קאסטבארע אונטערנעמונג להקים בית ה'.



תגובות


bottom of page