top of page
ונשמע קולו: אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער חסידי וויזניץ האבן נעכטן מוצאי שבת זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ צו די סליחות ראשונות אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דאס התעוררות אין ביהמ"ד איז געווען אין לתאר בשעת די אמירת סליחות פונעם רבי'ן שליט"א ונשמע קולו בבואו אל הקודש, מיט א געוואלדיגן התעוררות. היי יאר האט מען צוריק גערוקט די זמן פון אמירת סליחות צו 11:30 אנשטאט נאך חצות ווי דער מנהג,


ווידיאו • סליחות ראשונות בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שוקי לרר


לזעוק זעקה גדולה: געמיינזאמע יום תפילה והתעוררות רבתי פאררופן דורך בני האד' מוויזניץ אויף קומענדיגן א' סליחות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזענטער וויזניצער חסידים וועלן דעם זונטאג א' סליחות זיך צוזאמנעמען אויף א געמיינזאמע יום תפילה והתעוררות רבתי, לזעוק זעקה גדולה און איינרייסן וועלטן לישועה ולרפואה, פארן וואוילזיין פונעם געטרייען מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שווערע געזונט צושטאנד. די גרויסע עצרת ווערט פאררופן דורך דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, וועלכע האבן פארעפענטליכט א קריאה קדושה פאר די חסידים ת


שיינעם באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בקרב ק"ק וויזניץ אין שטאט עפולה
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן די איינוואינער אין קרית וויזניץ עפולה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ספעציעלן באזוך אין די נייע אויפבליענדע וויזניצער קהילה אין שטאט. דער רב שליט"א האט זיך באוויזן אין עפולה זונטאג נאכמיטאג און איז ארומגעגאגנען אין די היכלי התורה און מוסדות אינעם שטאט, צום ערשט אינעם היכל הישיבה


זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות. דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק


מושב אורה: שיינע שידוך געשלאסן בחצרות וויזניץ - קאסאן - מאור חיים
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש, די כלה א טאכטער פון בנו הצעיר הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' פנחס ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים צפת, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים היילפערין שליט"א אבד"ק דברי חיים גאלדערסגרין, די שידוך


פרייליכע שעה'ן פון שמחה און התרוממות הנפש ביי חתונה הגדולה בשמחת בית וויזניץ
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אומבאשרייבליכע רגשי שמחה און התרוממות עילאה האט נעכטן ארומגענומען אלפי חסידי וויזניץ ביי די געהויבענע שמחת החתונה וואס איז אפגעפראוועט געווארן בקול שמחה וצהלה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית מלך רב שיכון וויזניץ בני ברק. בשעטומ"צ איז געגאנגען אונטערן חופה דער חתן אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זון פון חתנו הצעיר הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, מי


פרייליכע שבת של שמחה אין די וויזניצער הויף לרגל עלי' לתורה פון החתן נכד האד' מוויזניץ
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם שבת קודש פ' שופטים האבן טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן דעם שבת של שמחה בצילא דמהימנותא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט טראץ זיין שוואכקייט די לעצטע תקופה אפגעראכטן די סידורו של שבת אויף א דערהויבענעם פארנעם אין קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק, ברוב עם הדרת מלך, לרגל השמחה במעונו די עליה לתורה פון נכדו החתן, א זון פון חתנו הרה"צ רבי מנחם מענדל האגער שליט"א. פרייטאג צונאכטס איז דער רבי


גור ישראל: פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פילן איבער ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים ביי היסטארישן כינוס "מקדישי שמך"
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שוקי לרר אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, מה נהדר היה המראה פארלאפענעם דינסטאג ביים היסטאריש זעלטענעם כינוס פון כל קהל עדת חסידי וויזניץ וואס האבן זיך אויף אן ערשטמאליגן פארנעם צאמגעזאמלט בהמוניהם כאיש אחד ובלב אחד אוועקצושטעלן א יסודות'דיגע בסיס פאר די מעכטיגע אימפעריע פון "איגוד מוסדות וויזניץ". אין א באגריסנדע שריט פון אחדות וריעות, איז דער כינוס "מקדישי שמך" אפגעהאלטן געווארן אינעם היכל האדיר פון ביהמ"ד הגדול גור אי


ווידיאו • האד' מגור באשיינט ביים מעמד "מקדישי שמך" בחצר הקודש וויזניץ אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


כינוס כללי "מקדישי שמך" פאר עדת חסידי וויזניץ ווערט אריבערגעפירט צום ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרגשות און חרדת הקודש האבן טויזנטער חסידי וויזניץ היינט אויפגענומען די ווארעמע קריאה קדושה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנבאלאנגט די געפלאנטע נסיעה און מעמד אדיר "מקדישי שמך"' וואס האט געלאזט פארקומען אין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי שליט"א האט זיך דערביי אנגערופן מיט הארציגע דיבורים און גערופן דעם גאנצן ציבור צו שטיין לימין המוסדות הקדושים אין דעם יעצטיגן גורל'דיגן מאמענט. ווי שוין באריכטעט, זענען אין די לעצטע וואכן געמא


האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות. ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נא


האד' מוויזניץ מקיים געווען מצוה נדירה פון "ראשית הגז" ביי מעמד קריאת השם פאר ק"ק אמרי אליעזר וויזניץ אין עמנואל
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער מעמד ראשית הגז איז נעכטן זונטאג נאכט אפגעהאלטן געווארן במעונו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה, אין צוזאמענהאנג מיטן מעמד קביעת שם פאר די נייע וויזניצע קהילה אין די בליענדע חסידישע שטאט עמנואל. לכבוד המאורע זענען די אינגעלייט תושבי המקום אריינגעקומען קיין ירושלים, וואו זיי האבן צוערשט געהאט די זכיה אז דער רבי שליט"א האט פאר זיי איבערגעגעבן א ספעציעלע שמועס מלא התחזקות והדרכות ישרות, און דערביי אוועקגעשטעלט


האד' מוויזניץ וועט אנקומען קיין מירון צום פתיחת המגבית לטובת המוסדות; שבת מרומם פאר נגידים וועט פארקומען דעם ווינטער
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש וויזניץ ווערן געמאכט אינטענסיווע צוגרייטונגען צו א מאסיוון קאמפיין לטובת איגוד מוסדות וויזניץ, אין א צייט ווען די מוסדות שטייען אונטער א ערנסטע פינאנציעלע לאסט צוליב די שווערע געלט סאנקציעס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט ארויפגעלייגט אויף די עולם התורה. אין צוזאמענהאנג מיטן מגבית איז געמאלדן געווארן אז דער מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועט ארויספארן אויף א מסע הקודש קיין אתרא קדישא מירון דעם ערב ר


טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צ


ווידיאו • עצרת תפילה והתעוררות ביים כותל המערבי לרפואתו השלימה פון האד' מוויזניץ
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


גרויסער מעמד תפילת רבים וועט פארקומען דעם ליל שישי הבעל"ט ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
פרייטאג פ' פינחס • י"ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש וויזניץ הערשט א גרויסע התעוררות זיך גרייטנדיג צו א געמיינזאמע מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי, לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר, וואס איז פאררופן געווארן דורך דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א פאר כל קהלא קדישא, עדת חסידי וויזניץ זקנים עם נערים. די תפילת רבים וועט פארקומען קומענדיגן ליל שישי פרשת מטות־מסעי, אום 10:30 ביינאכט, ביים שריד בית מקדשנו –


שמחת הווארט לרגל קישור החיתון אין הויפן פון וויזניץ - גארליץ - שידלובצא
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. אין קרית וויזניץ בני ברק איז דעם פארגאנגענע וואך געפראוועט געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מתתיהו האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען


אויסטערלישע שוואכקייט באפאלן האד' מוויזניץ; אידישע קינדער גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען היינט ווידער פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה וואס איז ליידער שטארק אפגעשוואכט אין די יעצטיגע טעג. דער רבי שליט"א האט זיך שוין נעכטן אנגעהויבן נישט גוט שפירן, מען האט געלאזט רופן א דאקטער צום רבינס אכסניא אין מושב אורה, און נאכן אונטערזוכן דעם רבי'ן האט ער באשטעטיגט אז דער רבי ליידט פון אן אלגעמיינע שוואכקייט. ווי די מקורבים געבן איב


הערליכע שבע ברכות אין וויזניצער הויף צוגעשטעלט דורך מכון "אור פני משה" להפצת דברי תורתו פונעם ישועות משה
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א ספעציעלע מסיבת שבע ברכות איז פאריגע וואך מאנטאג פארגעקומען לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, צוגעשטעלט דורך מכון אור פני משה להפצת דברי תורתו פון הרה''ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, געווידמעט פאר די תומכים און מיטארבעטער אין די מכון. די שמחה איז געווארן אנגעפירט דורך המשפיע הגה"ח ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, און דער נואם הכבוד איז געווען הגה"ח ר' מענדל טאבאק שליט"א, רב ק"ק וויזני


bottom of page
