top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ וועט פארלאזן מושב אורה; פולקאמע שפיטאל איינגעריכטעט במעון קדשו אין קרית וויזניץ

לפני 3 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, וועלכער איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט די לעצטע תקופה, והוא מחולל מפשעינו, וועט דער רבי שליט"א מארגן מיטוואך ענדגילטיג פארלאזן מושב אורה, און זיך אהיימקערן לביתו נאוה קודש אין קרית וויזניץ, וואו דער רבי וועט ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים.


דורכאויס די לעצטע צוויי יאר זינט דער רבי שליט"א איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, האט ער זיך אויפגעהאלטן אינעם אכסניא אין מושב אורה, וואס געפונט זיך הארט נעבן די הדסה שפיטאל, וואו דער רבי איז אריבער די נויטיגע באהאנדלונגען בעת הצורך, ווען במשך די גאנצע תקופה פלעג דער רבי תמידין כסדרן אריינקומען קיין קרית וויזניץ, אויף שבתים, מועדים און שמחות במעונו.


אצינד נאך וואס די רבי גייט שוין נישט דורך קיין באהאנדלונגען אין שפיטאל, איז געלונגען צו מסדר זיין אז דער רבי זאל קענען זיין אינדערהיים, ווען א טייל פון מעון קדשו אין קרית וויזניץ ווערט פארוואנדלט ווי א פולקאמע שפיטאל, און מ'ארבעט רונדע דעם זייגער עס זאל זיין ווי שנעלער גרייט אויפ'ן רבי'נס אהיימקומען מארגן מיטוואך.


אין ליכט פונעם יעצטיגן פארערגערונג אינעם רבינס מצב, הערשט גרויס זארג ביי די חסידים, ספעציעל נאך וואס דעם רבינס זון הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד איז ארויסגעקומען מיט א רוף צום ציבור, מען זאל איינרייסן רחמי שמים מרובים פארן רבי'ן שליט"א וועלכער ליגט אין גאר א שוואכן צושטאנד און איז ל"ע נישט בכח אנצוגיין מיט זיין סדר היום.


באזונדער איז הרה"ח ר' יעקב אדלער הי"ו ארויסגעקומען מיט א רוף צו די חסידים, איבער די פליכט וואס ליגט אויף יעדן וויזניצער חסיד צו מתפלל זיין און זיך אונטערנמען קבלת טובות אין א צייט וואס אזא שוואכקייט וואס האט יעצט באפאלן דעם רבי'ן איז נאך קיינמאל נישט געווען, כאטש עס איז דא א וועג ארויס דערפון בדרך הטבע, מיטן אויברשטנס הילף.


תגובות


bottom of page