ממשיך דרך אבותיו: הרה"ג ר' אברהם ברוך ראזנבערגער שליט"א אויפגענומען געווארן אלס מורה צדק מטעם די עדה החרדית
דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה תדשן עצם ביי חסידים ואנשי מעשה מבני ישוב הישן איבער די התמנות פון א פרישע מורי הוראה אינערהאלב די "עדה החרדית", הלא הוא הרה"ג רבי אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א בנו חביבו פון כ"ק גאב"ד קרית הרמ"א שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, וועלכע איז אויפגענומען געווארן דורך די שרי התורה חברי הבד"ץ צו דינען אלס מורה צדק, להורות את דבר ה' זו הלכה פאר די בני העדה החרדית.
די התמנות טראגט א ספעציעלן באדייט, ווען דער דיין שליט"א ברא כרעא דאבוה גייט ווייטער אין די געהויבענע וועגן פון זיין גרויסן פאטער, כ"ק גאב"ד קרית הרמ"א שליט"א, וועלכער דינט שוין גאנצע צוואנציג יאר אלס חבר בי דינא רבא אינעם בית הדין הגדול שבירושלים, און האט נאך לאנגע יארן פריער געדינט אלס מורה צדק, און גע'פסק'נט שאלות פאר אידישע קינדער.
דער נייער דיין שליט"א וואס איז שוין רבות בשנים באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח התורה, האט זוכה געווען מקבל צו זיין לקחה של תורה ביי זיין גרויסן פאטער דער רב שליט"א, מיט וועמען ער לערנט שוין במשך לאנגע יארן יעדע נאכט בחברותא, און האט אונטער זיין הדרכה קונה געווען א ברייטע ידיעה און בקיאות אין די מקצועות התורה וההלכה. אצינד נאכדעם וואס ער האט זיך משלים געווען בהוראה, האט ער באקומען היתר הוראה פון זיין פאטער און נאך חשובע רבנים, וועלכע האבן אים מסמיך געווען צו פסק'ענען שאלות להורות הוראה בישראל.
מיט זיין התמנות ווערט ווירקליך מקויים דעם "תורה מחזרת לאכסניא שלה", ווען דער דיין שליט"א גייט אין די פוסטריט פון זיינע געהויבענע עלטערן און זיידעס דורי דורות האבן געדינט אלס רבנים מפורסמים.
אצינד וועלן די בני העדה החרדית זוכה זיין צו געניסן פון די נייע דיין שליט"א להורות להם את הדרך ילכו בה, צו די זייט פון נאך צענדליגער דיינים ומורי הוראה פון די עדה החרדית.
באזונדער וועט דער נייער דיין שליט"א אויך משמש זיין בהוראה אינעם ניי-געגרינדעטן בית הוראה "שערי הרמ"א" אין קרית הרמ"א אין בית שמש, וועלכער איז נישט לאנג צוריק נתייסד געווארן דורך אביו הגדול, דער מרא דאתרא כ"ק גאב"ד קרית הרמ"א שליט"א, און וועט פסק'נען שאלות פארן ציבור תושבי העיר.






תגובות