top of page
צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געווען די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענ


פרישע 5 מיליאן דאלער חלוקה דורך מפעל הכביר "קרן הצלה" פארגעקומען אין לשכת הבד"ץ פאר 276 מוסדות עטה"ק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג נארוואס נאכ'ן פארלאפענעם יאר תשפ"ו ווען מפעל הכביר "קרן הצלה" האט אויסגעטיילט גאנצע 17 מיליאן דאלער; האט מען אצינד, אריינטרעטנדיג אינעם נייעם יאר תשפ"ז, תחל שנה וברכותי', מיט'ן רעכטן פוס, ווען מ'האט ווידעראמאל אויסגעטיילט פרישע 5 מיליאן דאלער, פאר די מוסדות עטה"ק. די חלוקה איז פארגעקומען אינעם לשכת הבית דין צדק שבירושלים, זייענדיג א מחזה הוד וקידוש שם שמים. די מנהלים האבן נישט געקענט קומען צו זיך פאר התרגשות. פילע מנה


באשיידענע מעמד קבלת פנים פאר אסירי ציון אין לשכת הבד"ץ העדה החרדית אין ירושלים עיה"ק
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד "קבלת פנים" איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם לשכת הבית דין צדק פון העדה החרדית אין די בניני זופניק בעיר הקודש ירושלים לכבודם פון א צאל חשובע אסירי ציון מבני ישוב הישן, וועלכע זענען געזעצן איינגעשפארט פאר לאנגע וואכן אינעם פינסטערן מיליטערישן טורמע צוליב זייער עקשנות דקדושה אנטקעגן די גזירת הגיוס. די חשובע אברכים מקדשי השם זענען ארויפגעקומען צום לשכת הבד"ץ כדי צו ערהאלטן די ברכת הקודש פון די שרי התורה חברי


הונדערטער בני ארץ ישראל האבן מוחה געווען קעגן לשכת הגיוס אין תל השומר געגענט אין ליכט פון מאסיווע "יום גיוס"
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י"ח כהן,JDN הונדערטער שלומי אמוני ישראל זענען דעם מיטוואך, ארויסגעקומען צום געגנט פון די לשכת הגיוס אין תל השומר, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א "יום גיוס" דורכ'ן ציוניסטישן מיליטער, ווען הונדערטער בחורי ישראל זענען פארופן געווארן זיך צו שטעלן פאר די מיליטערישע אויטאריטעטן. א "יום גיוס" איז א טאג ווען די מיליטער שיקט ארויס מאסן פארארדענונגען פאר בחורים אין די גיוס-עלטער זיך צו שטעלן אין די זעלבע טאג. אין די לעצטע ח


בד"ץ העדה החרדית פארופט מאסיווע עצרת מחאה פארנט פונעם מיליטערישן טורמע דעם קומענדיגן ר"ח אב
פרייטאג פ' מטות מסעי • כ''ה תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דעם קריטישן צייט וואס אלע גדולי ישראל בארצינו הקדושה, שרייען געוואלד איבער'ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, אין די מחאות פארנט פונעם מיליטערישער טורמע ווערן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסן עצרת מחאה אדירה וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן מיטוואך ראש חודש מנחם אב, פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, פארופן דורך די שרי התורה חברי ב


הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית צוגאסט אין קרית יואל
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אויף פארלאפענעם שב"ק פ' קרח האבן תושבי קרית יואל מקבל פנים געווען פני הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער געפונט זיך די טעג אין ניו יארק, און האט אויף שבת קודש געוויילט אין קרית יואל לשמחת לב תלמידיו ומעריציו. אנקומענדיג קיין קרית יואל איז דער חבר הבד"ץ שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט ביותרת הכבוד, און ע


טויזנטער אידן שרייען ארויס קול זעקה ומרה קעגן שרעקליכע גזירת גיוס בני הישיבות ברחובה של ירושלים עיה"ק
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער טויזנטער אידן מסלתה ומשמנה פון די בני ירושלים זענען דעם ליל שישי ארויסגעגאנגען לרחובה של עיר און שווארץ געמאכט די ירושלימער גאסן וואו מען האט אינאיינעם איינגעריסן רחמי שמים מרובים פאר די אנגייענדע פלאגעניש און ענדלאזע רדיפות הדת דורך די רשעי הציונים. דער מעמד תפילה, וועלכע איז פארגעקומען בחצות לילה, האט מאחד געווען אין איין ארט טויזנטער ירושלימער אידן וועלכע האבן מעומקא דליבא אויסגעשריבן זייער וויי


צדיקי ירושלים נועדו: היסטארישע אסיפה להצלת מבצר הכוללים עטה"ק פארגעקומען במעונו פון ראש הישיבה הגרי"ד טורטשין
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:שמואל דריי/מ.א. נוימאן א היסטארישע כינוס לצדיקים האט נעכטן צונויפגענומען די צדיקי וזקני ירושלים, גדולי האדמור"ים פונעם ישוב הישן, במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א אויף רחוב הושע אין ירושלים. די אסיפה איז געווען געווידמעט לחיזוק וביסוס די בארימטע כולל־נעץ "ממלכת מבצר הכוללים על טהרת הקודש", מיסודו פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל "שערי טוביה", און שטייט כיום בנשיאותו פונעם ראש הישיבה


ויהי בימי קציר חטים: יערליכע ווייץ שניט אין מודיעין בפיקוח פון די שרי התורה חברי בד''ץ העדה החרדית
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם זונטאג העעל"ט זענען די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית אנגעקומען קיין מודיעין צום יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ז הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפ'ן גאנצן פראצעדור פונעם קצירת און שמירת חיטין אונטער די השגחה פון די עדה החרדית. צווישן די חברי הבד"ץ זענען ארויסגעקומען הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א,


עצרת מספד אין חצה"ק תולדות אהרן ככלות השלושים פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי,JDN דעם זונטאג האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים און תושבי ירושלים אין גרויסן ביהמ"ד תולדות אהרן אין די מאה שערים געגענט, צום עצרת מספד והתעוררות ככלות השלושים פון הגאון האדיר רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק, וזקן רבני ק"ק תולדות אהרן וועלכער איז פארלאפענעם שבת זכור בצפרא דשבתא פלוצים נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג א שרעקליכן חלל וואס איז שווער צו ערפולן, זייענדיג א ריכטיגע אב


רחמים שאלי: הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר הבד"ץ אנגעוויזן אויף רחמי שמים
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אידן אין ארצינו הקדושה זענען גערופן געווארן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר בד"ץ העדה החרדית, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען צוליב ערנסטע הארץ קאמפליקאציעס. דער רב שליט"א איז שוין א תקופה נישט בקו הבריאות און איז דעם דאנערשטאג אויפצומארגנס פון שושן פורים אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ,


דרכי ציון אבילות: פילע טויזנטער ביי לוויה פון הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש זצ"ל לאנגיעריגער חבר ביד"ץ העדה החרדית
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, שלום קרויס,JDN טויזנטער אידן האבן נעכטן במוצאי מנוחה שווארץ געמאכט די גאסן פון ירושלים עיה"ק אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם שר וגדול בישראל און עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי יעקב מנחם מענדל יוראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, וואס איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בעצם יום השבת קודש. דער מסע הלוויה האט זיך אנגעהויבן פארנט פון די בניני העדה החרדית ביי "כיכר זופניק", דאס ארט וואו דער גאון זצ"


ציון מבר תבכה: הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"ץ העדה החרדית פלוצלינג נפטר געווארן
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ויהי נועם נשבת במוצאי שבת: א וואלקן פון טרויער און יתמות האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאנצע יהדות החרדית על בשורה קשה יוצא משערי ירושלים עיה"ק איבער די הסתלקות לשמי רום פונעם אדם הגדול בענקים, עמוד ההוראה ולוחם מלחמת ה', הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, ורב ק"ק תולדות אהרן, וועלכע איז דעם שבת פלוצלינג נסתלק געווארן בסערה השמימה אין בלויזן עלטער פון דריי און זיבעציג יאר, איבערלאזנדיג א געווא


גרויסן ציבור ביי חתונה בבית קאלוב - טריסק מאנטריאל – ראב"ד סקווירא - חליסה פארגעקומען אין שטאט מאנסי
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש קרעדיט: שלום שווארץ, יוצי ד. | JDN אין דער שטאט מאנסי איז פארלאפענעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן די שיינע רבישע חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' שריהו יונה טווערסקי שליט"א אדמו"ר מטריסק מאנטריאל, איידעם ביי הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמואל משה דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' פרץ טובי' דייטש שליט"א אבד"ק חליסה, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן שמעון טויב שליט"א אבד"ק קאלוב בארא פארק, זון פון כ"


להסיר מכשול: שערוריה אין לשכת ביד"ץ עדה החרדית איבער "געפרינטע מזוזות" פארקויפט פאר היימישע אידן
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די אנגייענדע שערוריה איבער די פסול'ע מזוזות וואס ווערן ליידער פארקויפט דורך שווינדלער מכשילי הרבים האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם מיטוואך אינעם בית דין הגדול שבירושלים, העדה החרדית, ווען די שרי התורה חברי הביד"ץ זענען ערציטערט געווארן ביים זען מיט די אויגן א פעקל "געפרינטע מזוזות" וואס איז פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד אין ירושלים. די מזוזות זענען געברענגט געווארן דורך א בחור וואס לערנט אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, אלס א


לאו בכל יומא מיתרחיש: האד' מסאטמאר איז מקיים מצוה נדירה פון הפרשת תרומות ומעשרות אין שטעטל אור הגנוז
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענע און התרגשות'דיגער מעמד איז געווען נעכטן זונטאג, ביים געהויבענעם מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ארצינו הקדושה. נעכטן זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די רבי שליט"א איז געווען אין אתרא קדישא מירון נאך די געהויבענע היסטארישע "שבת תולדות" במעמד אלפי חסידיו פון איבעראל, איז דער רבי שליט"א געלאדענט געווארן צו א מעמד "תרומות ומעשרות" ביי די בארימטע גרויסע וויין פירמע "אור הגנוז" וואס געפינט זיך טאקע אינעם דערפל "או


ויחן את פני העיר: היסטארישער מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן לכבודו פון האד' מסאטמאר אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד קבלת פנים איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן לכבודו הרם פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית ביים מקום מושב בית דין, ביי וועלכן עס האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א און די חברי וועד הפועל פון די עדה החרדית. דער ספרא דדיינא הר"ר יצחק שלמה בלוי הי"ו האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, דערנאך האט מען


הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע או


צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פ' וילך • ג' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק...


מעמד התמנות פאר פינף פרישע מורי הוראה פון די "העדה החרדית" פארגעקומען במעונו פון פוסק הדור הג"מ שטערנבוך
מאנטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש א שיינער מעמד ההתמנות איז אפגעהאלטן געווארן פאר די פינף פריש אויפגענומענע מורי הוראה...


bottom of page
