top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין לנו חלק ונחלה: טויזנטער ביי עצרת מחאה והסברה בחוצות ירושלים אין ליכט פון בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל

לפני 4 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

טויזנטער אידן האבן זיך נעכטן זונטאג באטייליגט ביים גרויסן מעמד קידוש השם בחוצות ירושלים וואס איז פאררופן געווארן דורך די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"ץ העדה החרדית וגדולי מנהיגי היהדות הנאמנה, ווי עס איז אויסגעשריגן געווארן קבל עם ומלואו דער ווייטאגליכער קול מחאה אדירה איבער דעם הארבן איסור פון זיך באטייליגן אין די בחירות, ווי עס איז אנגענומען געווארן מקדמת דנא דורך גדולי ישראל פונעם פריערדיגן דור.


די יהדות האמנה האט ארויסגעוויזן איר שטאלץ און קלארקייט, לקדש שם שמים ברבים, און קלארגעשטעלט בקול השם בכח אז אין לנו חלק ונחלה אין די בחירות הטמאות צום שלטון הרשע פון די מדינת הכופרים.


אין די לעצטע טעג האבן די עסקנים געארבעט פיבערהאפטיג צוצוגרייטן דעם גרויסן מעמד האדיר וואס איז פארגעקומען על פני ככר זופניק אין ירושלים פארנט פון די בניני העדה החרדית, און אן ארמיי פון יונגעלייט זענען געשטעלט געווארן אנצופירן דעם מעמד מיט א געניטקייט.


א ציבור עצום פון אלפי ישראל האבן שווארץ געמאכט ככר זופניק, שטייענדיג עומדים צפופים לשמוע את דבר ה' ברמה פון די גדולי ומאורי הדור וועלכע האבן איבערגעגעבן דעם דעת תורה הברורה איבער דעם איסור חמור פון ארויסגיין שטימען, און שטארק מחזק געווען די ברכים אשר לא כרעו לבעל צו שטיין פעסט און זיך אפשיידן פון די רשעים וואס זענען גוזר גזירות מחודשים אויפן יהדות החרדית, ווען בראש העדה האבן זיך אנגעזען די גדולי הרבנים והדיינים החונים תחת דגל העדה החרדית ובראשם כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


געעפענט די עצרת האט דער ספרא דדיינא הרה"ח ר' יצחק שלמה בלויא שליט"א וועלכע האט דאן אויפגערופן אלע חברי הבית דין צדק בזה אחר זה: הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א רב שכונת גבעת שאול, הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א ראש ישיבת הרמ"א, הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א, הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסארפער שליט"א רב חסידי תולדות אברהם יצחק, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א רב דקהל אנשי ירושלים, און הגאון הגדול רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א מרבני ק"ק תולדות אהרן.


באזונדער איז געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט מיט גרויס ווייטאג באטאנט אז די השתתפות פון ערליכע אידן אין די בחירות גיט נאר צו פאלשע לעגיטימאציע צו זייערע מעשים, בעת וואס די זינלאזע טענה פון "אויפטון" האט נישט קיין שום תוקף, ווי מען זעט דעם יעצטיגן מצב וואו מען שפארט איין בחורים אין די תפיסות.


צום שלוס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם דבר השם מירושלים פונעם פוסק הדור הגאון האדיר בעל תשובות והנהגות שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים דורך א טעלעפאנישע הוקאפ. דער פוסק הדור האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן קידוש השם פון דעם גרויסן ציבור וואס קומט זיך צוזאם און שרייען אויס "אין לנו חלק ונחלה" מיט א קלארע התבדלות מרשעים. ער האט געשילדערט עובדות פון די פריערדיגע גדולים וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו פארמאגן סיי וואספארא שייכות מיט די וואס זענען מרחיק פון די תורה, טראץ די מעגליכקייט אז מען וועט קענען כביכול אופטון פאר אידישקייט.

דער פוסק הדור האט אויסגעשריגן אז די רשעים ווילן חרוב מאכן די ישיבות און אויסרייסן די תורה, און זייער גאנצער כח צו שלעכטס טון פאר אידישע קינדער נעמט זיך פון זייערע טענה אז זיי פארמאגן הסכמים אדער שותפות מיט די פרומע פארטייען, און אויסגעפירט אז די איינציגע עצה איז זיך גענצליך אפצוטיילן פון זיי, "משנאיך ה' אשנא", און אזוי קענען ווייטער אנגיין מיט אונזערע טאג טעגליכן ערליכן לעבנסשטייגער כרצון ה' יתברך אן קיין שום פחד פון זייער שנאה ורדיפת הדת.



תגובות


bottom of page