שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורא תל אביב
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי ראזענבוים,JDN
פארלאפענע וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א באשיינט בראש השמחה, ביים בר מצוה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר בעל עקבי אבירים מסאדיגורא זצ"ל, הבחור הבר מצוה אברהם יעקב מארילוס ני"ו - נושא שמו הקדוש, א זון פון דעם רבינ'ס נאנטן מקורב, הרה"ג רבי דוד מארילוס שליט"א ראש כולל להוראה סאדיגורא אין מודיעין עילית וואס איז אן איידעם ביי הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורא תל אביב.
דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחת הבר מצוה מלובש בבגדי שבת. נאכ'ן זיך וואשן צו די סעודה, האט דער רבי געטרינקען און געוואונטשן לחיים פאר אלע בעלי השמחה און די גאנצע משפחה הרוממה.
בשעת די שמחה האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אינאיינעם מיט'ן בר מצוה בחור, באזונדער מיט'ן בעל שמחה הרה"ג רבי דוד מארילוס שליט"א, און מיט'ן פעטער, דער זיידע הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורא תל אביב. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי געשאנקען א מתנה הגונה אלס דורון דרשה פאר'ן בר מצוה בחור.
צומארגנס איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף תפלת שחרית בהיכל הישיבה אין די ישיבה הקדושה רוזשין סאדיגורא, לרגל די הנחת תפילין וואס איז פארגעקומען בהיכל הישיבה, וואו דער אבי הבר מצוה דינט אלס מגיד שיעור.
בשעת פסוקי דזמרה איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב און זיך ארומגעדרייט אין בית המדרש צווישן די בחורי החמד, מעורר צו זיין דעם עבודה שבלב זו תפילה. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד השמחה, ביי וועלכע מען האט געזונגען פרייליכע ניגונים, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם בעל שמחה משמיע צו זיין דברי ברכה, און דערנאך זעלבסט משמיע געווען אמרי קודש באגלייט מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה.






















תגובות