top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דברים קילורין לעינים פון האד' מזידיטשוב ווערעצקי איבער בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל | ווידיאו

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דברים קילורין לעינים איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א ביים מלוה מלכה פארגאנגענע מוצאי שבת, וואו די רבי האט זיך באצויגן איבער די יעצטיגע מצב אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל.


דער רבי האט ארומגעקאכט איבער די חכמה און ווייטע בליק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אשר כל דבריו חיים וקיימים, היינט צוטאגס זעט מען בחוש ווי ער איז געווען גערעכט, וואס א חוץ זיין קדושה וטהרה איז ער געווען דער חכם עדיף מנביא, מיט א סטראטעגישע בליק און געקענט פאראויסזען זאכן וויאזוי עס גייט אויסקוקן אפילו הונדערט יאר שפעטער, ער האט פאראויסגעזאגט וויאזוי דאס ציונות גייט אויסקוקן, און היינט צוטאגס טוט שוין יעדער איינזען ווי גערעכט דער רבי איז געווען אין אלעס וואס ער האט פארגעזאגט.


צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט, אז דער סאטמארער רב האט געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט וואס א אידיש קינד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל, און היינט צוטאגס האט מען דערלעבט א מצב אז עס איז נישט דא נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען רודפ'ט חרד'ישע אידן ווי אין ארץ ישראל, מען וויל אויסרייסן א יעדע זיק של קדושה, און מען ווייסט נישט מה יוולד יום.


מיט ווייטאג האט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן, ווי קען נאך זיין אז חרדי'שע פארטייען זאלן זיין א חלק אין די ממשלה, מען זעט דאך אז מ'טוט גארנישט אויף, אדרבה, מיטן זיין א חלק אין די ממשלה מאכט מען נאך די מצב אסאך ערגער, און ווער רעדט נאך וויאזוי עס קוקט אויס אינעווייניג אין כנסת המינים, וואס פאר א חציפות עס זיצן דארט, וואס פאר א עוקרי תורה עס זיצן דארט, און אויב געבט מען א צעטעלע אריינצוועלן איינעם אין אזא פלאץ האט מען א חלק אין אט די עקירת התורה.


דער רבי שליט"א האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט, אז לויט די מצב ווי מיר שטייען יעצט זעענדיג ווי די חרדי'שע פארטייען זענען א טייל אין אזא עקירת התורה, איז זיכער אז די תלמידי החתם סופר וואלטן געמאכט נאך א טיילונג, און עס איז זיכער אז אויב הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואלט ווען היינט געלעבט, וואלט ער אוועק פון די וועלט בלויז פון צער און יסורים נישט קענענדיג צוקוקן די שרעקליכע מצב ווי מיר שטייען.


דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו" אז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט אזא ממשלה און מיט די חברי הכנסת בשב ואל תעשה, און מיר נעמען נישט אנטייל אין די בחירות וואס איז א שטיק טומאה און עקירת התורה, כלשונו.



תגובות


bottom of page