top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמים שאלי: הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר הבד"ץ אנגעוויזן אויף רחמי שמים

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אידן אין ארצינו הקדושה זענען גערופן געווארן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר בד"ץ העדה החרדית, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען צוליב ערנסטע הארץ קאמפליקאציעס.


דער רב שליט"א איז שוין א תקופה נישט בקו הבריאות און איז דעם דאנערשטאג אויפצומארגנס פון שושן פורים אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ, זייענדיג אפגעשוואכט אויף א שווערע פארנעם. דער רב שליט"א וועט ווארשיינליך מוזן פארבלייבן אין שפיטאל נאך עטליכע טעג וואו ער איז ערווארטעט דורצוכגיין א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן הארץ צו פארגרינגערן זיין געזונט צושטאנד מיטן אויבערשטנס הילף.


אידישע קינדער ווערן געבעטן צו דאווענען לרפואתו, הגאון ר' שלמה יהודה בן חנה לרפואה שלימה במהרה, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.


תגובות


bottom of page