top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המלכים נועדו: האד' מדושינסקיא באזוכט ביי האד' מסאטמאר

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש.

בילדער קרעדיט: JDN

כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון אן אייניקל, האט דעם דינסטאג נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בבית נאוה קודש אין וויליאמסבורג, וואו די רבי'ס האבן פארפירט א שיינעם שמועס איבער דער התחלת הזמן אינעם עולם הישיבות, און די דרך הלימוד סיי אין די סאטמארער ישיבות און סיי אין די ישיבות דקהל בית יוסף צבי דושינסקיא.


מענין לענין האבן די רבי'ס ארומגערעדט איבער דער השקעה וואס מ'לייגט אריין אין די עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה, ווען דער סאטמארער רבי האט דערציילט פאר'ן רבי'ן איבער די נייע מתיבתא תורה ויראה אין מאנסי, וואו ער האט נארוואס באזוכט די וואך. דער דושינסקיא רבי האט דערציילט פאר'ן רבי'ן איבער די ישיבה גבוה דושינסקיא אין ירושלים, וואס שטעלט אויך צו א מסגרת פאר די עלטערע בחורים.


באזונדער האט דער סאטמארער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א גרוס פון זיין פלאמעניק הגה"צ ר' שמואל זאנוויל שפיטץ שליט"א, רב ק"ק דושינסקיא אין הר יונה, איידעם ביי האדמו"ר מדושינסקיא וועלכער האט די וואך באזוכט ביים רבי'ן, און אויסגעדרוקט זיין הנאה פון דער קהלה נאה וחסודה דושינסקיא וואס בליט אויף אינעם ישוב הר יונה.


צום שלוס האט דער סאטמארער רבי מכבד געווען דעם חשוב'ן גאסט מיט כיבוד, און אים דערנאך ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.



תגובות


bottom of page