בני ברק: הערליכע שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש נדבורנא
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט רגשי שמחה והודאה האבן פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה און חסידי נדבורנא בפרט, מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בחצרות הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יעקב יוסף ניישלאס שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א, מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הרה"צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סטריקוב שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אינעם גרויסן אודיטוריום רמת אלחנן אין בני ברק, וואו הונדערטער חסידים פון נאנט און ווייט האבן מיטגעהאלטן די שמחה בבית צדיקים בקול רינה וצהלה.
נעכטן מיטוואך ביום החתונה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, מיט די חתן מחותנים און זיידעס האדמורי"ם והרבנים, וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און געהערט דברי חרוזין מעורר צו זיין זכות אבות, דאן האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, און הרה"ח ר' משה יונה זופניק הי"ו מחשובי חסידי נדבורנה האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם בעכער פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס ליגט באוצרו הטוב, מיט וואס מהאט זיך באנוצט ביים מעמד החופה. בעפארן ארויסגיין צום באדעקן האט דער רבי שליט"א אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן.
ביים מעמד החופה ברחובה של עיר האט דער רבי שליט"א געליינט א כוללות קוויטל פון אלע בחורים וועלכע האבן עוסק געווען בתורה ביים סדרי הלימוד עשר שעות רציפות בהיכלי הישיבות כהכנה דרבה צום גרויסן שמחה.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א, מיט קריאת הכתובה דער פעטער הרה"צ רבי יצחק דוד הלברשטאם שליט"א מגארליץ, מיט די ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ אב"ד סטריקוב שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע די נדבורנא רבי שליט"א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
שפעטער זענען אריין צום רבי'ן לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד צענדליגע יונגעלייט וואס האבן זיך נארוואס אנגעשלאסן אלס חברים אינעם "חבורת בני חורין" וועלכע שיידן זיך גענצליך אפ פון די טעכנאלאגישע כלים. דער רבי שליט"א האט זיי אנגעוואנטשן מברכותיו הטהורות און איבערגעגעבן א מטבע לשמירה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה לקול תרועת הזמר פונעם ברייטן ציבור, און זיך געוואשן צום סעודת מצוה. דורכאויס די שמחה האבן באשיינט דעם פני המזרח פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי האט זיך אנגעזען די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און א באזונדערע מחול לצדיקים מיטן זיידן האדמו"ר מנדבורנא שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די פעטער'ס האדמורי"ם מסטריקוב, נדבורנא ביתר, ספינקא סאסרעגין, סטריקוב ירושלים, אב"ד סקולען בני ברק, אזוי אויך האדמורי"ם מזוטשקא, קודינוב, ביאלא רמ"א, ספינקא בני ברק, אב"ד ראצפערט בראזיל און נאך פילע רבנים ואישי ציבור. בשעת די ריקודין של שמחה איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער האדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א. מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די פעטערס הגה"צ רבי שלום אהרן אשכנזי שליט"א ראש ישיבת נדבורנא, הגאון רבי יעקב יהושע אנגלאנדער שליט"א ראש ישיבת מחנובקא בעלזא, הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א, האדמו"ר מספינקא סאסרעגין שליט"א, און מיט ברכה אחריתא הרה"צ רבי מרדכי דב הלברשטאם שליט"א מגארליץ.
כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די שמחה, דעם מעמד המצוה טאנץ. בדחנא דמלכא הר"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו האט מיט פאסיגע דברי חרוזין אויפגערופן דעם נדבורנא רבי'ן שליט"א צו די עבודת הריקודין. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בלבת אש און דערנאך געטאנצן מיט דעם חתן, די מחותנים, און די זיידעס. שפעטער האבן געטאנצן די געהויבענע זיידעס אבד"ק סערדאהעלי בית שמש, האדמו"ר מגארליץ, און אבד"ק סטריקוב שליט"א, נאכגעפאלגט מיט די ריקודין פון די מחותנים און דעם חתן לפני הכלה. עס איז שוין געווען אום 3 אזייגער פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט רגשי קודש נאכ'ן מיטלעבן אזא געהויבענע שמחה בבית צדיקים.







































































































































































תגובות