top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ לאנדאן וועט פראווען "שבת חנוכה" בקרב חסידיו אין שטאט אנטווערפען

לפני 11 דקות
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ אין אנטווערפען האבן זיך אנגעהויבן גרייטן מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן שבת פ' מקץ - שבת חנוכה אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט, און פראווען דעם געהויבענעם שבתא דריגלא בקרב עדת תושבי העיר.


יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן אויף א שבת קיין אנטווערפען אויף וואס די חסידים קוקן ארויס א גאנץ יאר דינענדיג אלס א קוואל פון חיזוק פאר די גאנצע שטאט, ווען אין די זעלבע צייט ווערט דעם רבינס באזוך אויסגענוצט  אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די וויזניצער מוסדות אין לאנדאן. במשך השנים איז אויסגעקומען עטליכע מאל אז דער רבי שליט"א האט געצינדן איינע פון די לעכטליך חנוכה אין שטאט, און היי יאר איז דער רבי נעתר געווארן לבקשת החסידים, צו פראווען שבת חנוכה אין אנטווערפען, צו וועלכן עס ווערט ערווארטעט א גרויסער צוזאמפאר פון חסידים פון אנדערע מקומות, וועלכע וועלן זיך מתחמם זיין לאורו פונעם רבי'ן.


דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין אנטווערפען דאנערשטאג מקץ און צינדן די נרות ברוב עם הדרת . ווי שטענדיג וועט די הויכפונקט פונעם באזוך זיין דעם נאכפאלגנדן שבת פרשת מקץ - זאת חנוכה וואס דער רבי וועט פראווענען אין שטאט. אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע בית רחל זאל אין שטאט וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן די גאנצע סידורו של שבת מבואו ועד צאתו.


די איבעריגע נעכט חנוכה וועט דער רבי שליט"א צינדן די נרות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן, און אין די אנדערע חרדישע געגענטער אין די גלילות פון לאנדאן.

תגובות


bottom of page