top of page
ווידיאו • שמחת התנאים פון אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש
מוצאי שבת פרשת תולדות • ד' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש


בקשו רחמים: דראסטישע פארערגענונג אין מצב הבריאות פון האד' מזמיגראד
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט דורכאויס דעם טאג איז אנטשטאנען א דראסטישע פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק האדמו"ר מזמיגראד שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק, וועלכער געפינט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. דער רבי שליט"א איז, ווי באריכטעט, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכ'ן אומפאלן אין בית מדרש. אין לויף פון די נאכפאלגנדע וואכן האט דער רבי געמוזט פארבלייבן אין שפיטאל צוליב פארש


הגאון רבי אשר אריאלי שליט"א אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און נאך עטליכע שעה צוריקגעקומען אין ישיבה צום שיעור הקבוע
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש א בהלה איז געשאפן געווארן היינטיגן מיטוואך ראש חודש בשעת די קביעות'דיגע מנין שחרית אינעם בנין המרכזי אין די מירער ישיבה ווען דער וועלט בארימטער מגיד שיעור ומרא דכולא תלמודא הגאון הגדול רבי אשר אריאלי שליט"א, איז פלוצלינג צוזאמגעפאלן לעיני קהל ועדה, און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל דורך די הצלה. נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזוכונגען און טעסטס, האבן די דאקטורים פעסטגעשטעלט אז אלעס איז כשורה, און עס איז ב"ה נישט פארהאן קיין


האד' מוויזניץ וועט פארלאזן מושב אורה; פולקאמע שפיטאל איינגעריכטעט במעון קדשו אין קרית וויזניץ
דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, וועלכער איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט די לעצטע תקופה, והוא מחולל מפשעינו, וועט דער רבי שליט"א מארגן מיטוואך ענדגילטיג פארלאזן מושב אורה, און זיך אהיימקערן לביתו נאוה קודש אין קרית וויזניץ, וואו דער רבי וועט ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים. דורכאויס די לעצטע צוויי יאר זינ


איניציאטיוו צווישן עדת חסידי גור: אלוועלטליכע סדר לימוד מוצאי שב"ק לזכותו ולרפואתו פונעם רבי'ן
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין ליכט פון די פרישע אנטווילונגען אין דער מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס פארלאנגט אז דער רבי זאל דארפן פאר עטליכע מאל א וואך אריינפארם אין שפיטאל פאר דיאליסיס באהאנדלונגען, וואס שוואכט אפ דעם רבינס כוחות, איז אונטערגענומען געווארן א ספעציעלע איניציאטיוו צווישן חסידי גור, מיט'ן ציל צו מעורר זיין זכותים לרפואתו השלימה פון דעם רבי'ן. לויט'ן באשלוס פונעם רבינס קינדער וברכתו והסכמתו פונעם רבי'ן, וועט מען דעם קומע


לבקש רחמים: זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א שפיטאליזירט
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער איבער דער וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דער זקן ראשי הישיבות באייראפע, הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, וועלכער איז היינט אויפדערנאכט אין ענגלאנד אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער ראש ישיבה שליט"א מוטשעט זיך שוין באלד צוויי וואכן מיט א הארבע אינפעקציע, און האט צוליב דעם נישט איבערגעגעבן קיין שיעורים אין ישיבה זינט אנה


קל נא רפא: האד' מזמיגראד אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן אומפאלן דעם שבת בבית מדרשו
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם שבת איז כ"ק אדמו"ר מזמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס דער רבי איז שבת אינדערפרי אומגעפאלן, פאראורזאכנדיג שווערע יסורים וואס האט ערנסט אפגעשוואכט דעם רבי'ן ל"ע. דער רבי שליט"א איז אומגעפאלן בשעת קריאת התורה בבית מדרשו אויף די דריי און פערציגסטע גאס און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס עס איז אנטשטאנען א פארדאכט אז דער רבי ליידט פון א צובראכענע ביין. אין לויף


האד' מגור הייבט אן דיאליזיס באהאנדלונגען; בניו הרבנים מתפלל געווען ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי גור בכל מקומות מושבותיהם פאלגן נאך מיט זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון דעם וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א הייבט היינט זונטאג אן א סעריע דיאליסיס באהאנדלונגען, לויט דער אנווייזונג פון די דאקטוירים, נאכדעם וואס דער רבי מוטשעט זיך די לעצטע תקופה מיט קאמפליקאציעס אין די נירן, ל"ע. דאס קומט נאך מערערע אונטערזוכונגען און אפשאצונגען דורך פראפעסארן, סיי פון אמעריקע און סיי פון ארץ ישראל, וועלכע זענען ספעציאליזירט אי


א-ל נא רפא נא: זקן האדמור"ים האד' מסטריזוב אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: JDN לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם זקן האדמור"ים כ"ק האדמו"ר מסטריזוב שליט''א וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א וועלכער איז שוין קרוב צו די מאה בליעה"ר האט די לעצטע טעג זיך געמוטשעט מיט יסורים און בנוסף האט דער רבי געליטן פון קאמפליקאציעס מיטן אטעם, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי שליט"א ליידט פון א


עיני העדה: האד' מטאהש וועט אריבערגיין קומענדיגן מיטוואך אפעראציע אויף די אויגן
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש טאהשער חסידים בכל מקומות מושבותיהם און ספעציעל די תלמידי המוסדות וועלן דעם מיטוואך מתפלל זיין פארן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן, אין אין א שפיטאל אין פלארידע. דער רבי שליט"א האט די לעצטערע תקופה געליטן פון א שוואכקייט אין די אויגן, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט די נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעצי


הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבה סאוט פאולסבורג אריינגעפירט דעם יום טוב שמחת תורה אין שפיטאל
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סט. פאולסבורג וואס איז דורכאויס יום טוב שמחת תורה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס. די ראש ישיבה געפונט זיך אין א סטאבילן געזונט צושטאנד אבער דאקטוירים זאגן אז מ'דארף תפילות ישראל. דער צווייטער טאג יום טוב שמחת תורה, בשעת די הקפות בהיכל הישיבה אין סאוט פאולסבורג,


בשורה טובה: הארץ פראצעדור ביי האד' מוויזניץ דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע הארץ פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור וואס איז איז געווען פאראויס געפלאנט אין די טעג בעפאר יום טוב, איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, אינאיינעם מיט די בארימטע פראפעסאר לוריא וועלכער ספעציאליזירט זיך אין ד


הודו לה': כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אומבאשרייבליכע שמחה האבן בעלזער חסידים היינט ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ב"ה אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט זינט אנהייב וואך בעת גאנץ כלל ישראל און בפרט חסידי בעלזא בכל מקום שהם האבן מתפלל געווען לרפואתו השלימה. נאכן עטוואס צוריק קומען צו די כוחות האבן די דאקטוירים באשלאסן צו באפרייען דעם רב שליט"א פון שפיטאל, צו קענען זיך ערהוילן בביתו נאווה קודש, און עס איז צום האפן אז דער רב ש


לעצטע אנטוויקלונגען פון הדסה שפיטאל אנבאלאנגט מצב הבריאות ביי האדמור"ים מבעלזא און וויזניץ
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש עיני כל בית ישראל נשואות צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים וואו די גדולי האדמו״רים, כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א און מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א, זענען שפיטאליזירט די לעצטע טעג מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זייער מצב הבריאות. היינט דורכאויס דעם טאג איז מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רבי שליט״א איז אומגעפאלן במעון קדשו אין מושב אורה. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם רבי׳ן האבן די דאקטוירים באשטימט אז


דראמאטישע מאמענטן ביי סליחות הראשונות אין בעלזא נאך וואס האד' מבעלזא ווערט אפגעפירט אין שפיטאל
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בעלזער חסידים וואס האבן זיך היינט פארזאמלט אינעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא ירושלים צו די אמירת סליחות הראשונות, זענען איבערראשט געווארן מיט באדויער, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז נישט אריינגעקומען צו סליחות נאכדעם וואס דער רב האט געדארפט אריינגענומען ווערן אין שפיטאל. שוין פון זעקס אזייגער אינדערפרי, באשמורת הבוקר, האבן טויזנטער חסידים געווארט אז דער רב שליט"א זאל אריינקומען אין היכל. אבער די סליחות איז כסדר א


השתדלו והרבו תחינה: האד' מדזשירקא אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מדזשירקא שליט''א, וועלכער איז נעכטן דינסטאג אוונט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א וועלכער פירט אן זיין הויף אין בארא פארק, האט געליטן פון א רייע געזונטהייט קאמפליקאציעס די לעצטע תקופה, און איז דורכאויס די וואך געווען גאר אפגעשוואכט, די דאקטוירים האבן געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיט


זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות. דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק


ותהי שמחה גדולה בירושלים: ראש ישיבת בריסק צוריק ערשינען אין ישיבה נאך שווערע דורכגאנג אין געזונט
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות האט היינט ארומגענומען די תלמידים אין די בריסקער ישיבה אין ירושלים מיטן ערשיינונג פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, וועלכער איז אין די פארגאנגענע חדשים געווען מוטל על ערש דווי און האט זיך געפונען אין א שווערער געזונט צושטאנד, און איז היינט ערשינען אין ישיבה, וואו ער האט איבערגעגעבן די פתיחה שיעור פאר די תלמידים. אין די לע


בקשו רחמים: האד' מביאלא אוסטרובא שפיטאליזירט אין מאנהעטן אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס זארג ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה אז כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, איז שפיטאליזירט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, האט ליידער אינעם עבר אסאך מיטגעמאכט, נאכן פארלירן זיין אשת נעורים און צוויי פון זיינע קינדער וועלכע זענען פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן


השתדלו והרבו תחינה: האד' מצאנז בארא פארק אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועלכער געפונט זיך ליידער על ערש דוי אין א שווערן מצב, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, מוטשעט זיך ליידער עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ה"י, און איז שוין אפגעשוואכט א לאנגע צייט, דורכאויס די לעצטע תקופה


bottom of page


