top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הודו לה': כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אומבאשרייבליכע שמחה האבן בעלזער חסידים היינט ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ב"ה אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט זינט אנהייב וואך בעת גאנץ כלל ישראל און בפרט חסידי בעלזא בכל מקום שהם האבן מתפלל געווען לרפואתו השלימה.


נאכן עטוואס צוריק קומען צו די כוחות האבן די דאקטוירים באשלאסן צו באפרייען דעם רב שליט"א פון שפיטאל, צו קענען זיך ערהוילן בביתו נאווה קודש, און עס איז צום האפן אז דער רב שליט"א וועט בעז"ה צוריקקומען צו די כוחות, בשלימות הבריות.


היינט פארמיטאג קורצליך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל זענען די מתפללים אינעם בית תפילה שע"י ביתו נאוה קודש געכאפט געווארן אין איבערראשונג ווען דער רב שליט"א איז עריינגעקומען צו די קדישים נאכן דאווענען לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע און געבלאזן שופר.


ביינאכט וועט דער רב שליט"א מיטן אויבערשטנס הילף אריינקומען צום כוללות קוויטל פאר די ערשטע קבוצה פון טויזנטער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן מעבר לים אויף יום טוב ראש השנה.

תגובות


bottom of page