top of page
בְּכוֹר בָּנֶיךָ תִּפְדֶּה • שמחת פדיון הבן פון אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט גרויס התרגשות און שמחה של מצווה האבן אלפי חסידי בעלזא נעכטן במוצאי יום גילה מיטגעלעבט דעם פרייליכן שמחת פדיון הבן אשר לאו בכל יומא אתרחיש, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית מלך רב קרית בעלזא ירושלים. דער רך הנפדה איז היניק משה יהושע בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. לקול תרועת הזמר ברוב שמחה וצה


הוּא יִגְמָלְךָ כָּל טוּב: האד' מבעלזא בענטשט גומל א יאר נאכן אפעראציע
מוצאי שב"ק פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת ביים ליינען בחצר הקודש בעלזא, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גומל געבענטשט בשם ומלכות שטייענדיג גענוי א יאר פון די אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז אריבער חודש אלול תשפ"ה. דער רב שליט"א איז אריבער די אפעראציע ממש נאנט צו די ימי הרחמים והסליחות, און עס איז נישט געווען קלאר וויפיל מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן דורכאויס די ירח האיתנים, בחסדי שמים האט זיך דער רב שליט"א למעשה ע


תקנה קבועה אין בעלזא: נשות החסידות וועלן ביי הדלקת נרות שבת צינדן ליכט לזכותם פון פארוווארפענע נשמות
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א זעלטנער און רירנדער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, פאררופן בהורמנא דמלכא פונעם רב שליט"א, בהשתתפות די גדולי דייני ורבני ק"ק בעלזא און הנהלת מוסדות התשובה 'צוהר - תורה ואמונה', ביי וועלכן עס איז אויסגערופן געווארן א באדייטנדע תקנה קבועה בפקודת הקודש, פאר אלע נשות חסידי בעלזא ביים צינדן די נרות שבת קודש, צו מוסיף זיין אן עקסטערע ליכט געווידמעט לזכותם פו


רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא לקראת די ימי הרחמים והרצון
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ביים יערליכן מעמד 'כוללות קוויטל' וואו די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לקראת די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום. אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך אנגעהויבן צוזאמצונע


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באזוכט אין בית השחיטה המהודרת אונטער השגחה פון כשרות בד"ץ מחזיקי הדת
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, אפגעשטאט א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון די מהודר'דיגע כשרות בד"ץ מחזיקי הדת, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. אנקומענדיג אינעם שעכט הויז איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אויפגענומען געווארן דורך די הנהלה און ראשי מערכת הכשרות און במשך א לענגערע צייט האט ער זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון ד


מבואו ועד צאתו: הילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע כ"א אב בצל הקודש פון האד' מבעלזא | ברייטע דעקונג
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש. א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, וואו טויזנטער אידן האבן אוסיגענוצט דעם גרויסן טאג זיך משתטח צו זיין על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, און זיך מתוועד געווען ביי די סעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות בארבע כנפות הארץ. ובמיוחד האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא ד


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער און גאר זעלטענער באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, ווען מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער בין הזמנים טעג אין ירושלים אויף אפרוה, איז געקומען באזוכן דעם רב שליט"א, נאכדעם וואס די צוויי גדולי ישראל קרבניטי היהדות החרדית האבן קיינמאל פריער נישט באזוכט איינער דעם אנדערן. במשך דער באזוך וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין די אי


נחמו עמי: פרייליכע שמחת ברית מילה בחצר הקודש בעלזא
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש נחמו נחמו עמי, האבן בעלזא מיטגעהאלטן א פרישע שמחה אינעם רבינס הויף שטייענדיג נאך די ימי בין המצרים, ביים שמחת הברית מילה פארן בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דאס קינד איז געבוירן געווארן אין טאג פון תשעה באב און פאריגן דאנערשטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. מיטוואך אויפד


הוֹרִידִי כַנַּחַל דִּמְעָה • תשעה באב בחצר הקודש בעלזא
זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN


טרויער אין בעלזא נאך פטירה פון הגאון החסיד רבי שמואל פנחס טרויבע זצ"ל רב ודומ"ץ דחסידי בעלזא אין בני ברק
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארקלעמטע הערצער האבן פילע חסידי בעלזא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק מגדולי המורים הגאון החסיד רבי שמואל פנחס טרויבע זצ"ל, רב ודומ"ץ ביהמ"ד בית פנחס בעלזא אין בני ברק און לאנגיאריגער רב המכשיר מטעם די השגחה מחזיקי הדת, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון פיר און זעכציג יאר נאך יארן פון שווערע יסורים ומכאובים. דער נפטר איז געווען א זון פון הרה"ח ר' אפרים טרויבע ז"ל באקאנט אלס


ק"ק בעלזא אין אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא אין שטאט אנטווערפען האבן מיטגעהאלטן א פולע וואך מלא חיזוק, ביים באזוך פון הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט איו שטאט מחזק צו זיין די קהילה און זיך אומקוקן פון דער נאענט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונגען אין די בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא. ביים אנקומען אין שטאט האט הרב חיים מאיר ערשט באזוכט די רבני העיר, ובראשם דער מרא דאתרא


הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער חסידי בעלזא אין מאנסי האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געווען די חשובער אורח פון ארץ הקודש — הרה"ג רבי ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. הרב ישראל מנחם נחום וועלכע דינט אלס דער מוליך ומביא פון די בעלזער קהילה ומוסדות אין מאנסי ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לכבוד א חתונה און גלייכצייטיג אויסגענ


צוֹם הָרְבִיעִי • מוצאי שבעה עשר בתמוז בחצר הקודש בעלזא | בילדער
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


מַחְלְפוֹת רֹאשׁוֹ: שמחת החאלאקע פון אן אור אייניקל ביי האד' מבעלזא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים די שמחת החאלאקע פון אן אור אייניקל ביים רב שליט"א, א זוהן פון נכדו הרב אברהם סאפרין שליט"א, בן כ"ק האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול. דער רב שליט"א האט אפגעשוירן דאס קינד און אנגעטוהן די ציצית און קאפל און דאן מכבד געוועהן די זיידע'ס בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול און די אייניקלעך, דערנאך ה


אסיפה מיוחדת 'לפני ולפנים' אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון האד' מבעלזא לחיזוק חומות וגדרי הצניעות
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.מ.ש. נעכטן מיטוואך אוונט איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אן אסיפה מיוחדת מיטן נאמען "לפני ולפנים", בראשות דעם רב שליט"א ובהשתתפות די רבני ועד הצניעות דחסידי בעלזא, אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א וועלכע שטייט בראש פונעם ארגון בנות מלכים, אין די צייט וואס די וועד גרייט זיך צו פארברייטערן אירע פעולות צו פארפעסטיגן די חומות וגדרי הצניעות בקרב חסידי בעלזא און פארזיכערן


ברוך הבא: שיינעם באזוך דורך הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האד' מבעלזא אין שטאט ציריך שווייץ
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט געפילן פון שמחה און עקסטאז האבן חסידי בעלזא אין ציריך, שווייץ, מיטגעלעבט געהויבענע טעג, במחיצתו פון דעם חשוב'ן גאסט, הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, דער עלטסטער אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פראווען א שבת התאחדות בתוככי הקהילה אין שטאט. דער באזוך האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען הרב שלום האט געלאנדעט אין ציריך. גלייך נאך תפילת מנחה אינעם לופטפעלד, האט מען זיך ארויסגעלאזט צום אכסניא


האד' מבעלזא מפאר געווען ביים הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא לע"נ הבה"ח מנחם מענדל אלבוים ע"ה
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק אין א זעלטענעם ערשיינונג האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א היינט באשיינט דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעפירט געווארן צום היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים, לעילוי נשמתו פון הבחור החשוב מנחם מענדל אלבוים ע"ה, וועלכער איז פאריאר חודש שבט תשפ"ה אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז פופצן יאר נאך א קורצע קרענק ל"ע. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך זיינע חשובע עלטערן און בני


לברך ולהתברך: האד' מוויזניץ ירושלים באזוכט ביי ש"ב האד' מבעלזא
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש,JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב שבועות, איז אין די טעג בעפאר יום טוב אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט"א, דער רבי שליט"א האט דערביי פארפירט א שיינעם שמועס מיטן בעלזער רב בדברי תורה וסיפורי צדיקים. די רבי'ס האבן דאן געטרינקען לחיים און זיך געוואונטשן לחיים און א ליסטיגן יום טוב.


הערליכער באזוך פון הגאון האדיר רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביי האד' מבעלזא
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות קבלת התורה איז מרן הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן איבערגעבן א שיחת הכנה ליום טוב שבועות אין די בארימטער חברון'ער ישיבה אין ירושלים. מען האט דערלאנגט טיי, און עס איז דערביי פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס וואו דער רב שליט"א האט אויסגעפרעגט דעם ראש הישיבה איבער זיינע זכרונות פון די בחורישע יארן ווען ער האט


וְקֵרַבְתָּנוּ מַלְכֵּנוּ לַעֲבודָתֶךָ • חג השבועות בחצר הקודש בעלזא
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש


bottom of page
