שמחת בית בעלזא: ערשטע בן זכר געבוירן ביי הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האד' מבעלזא
עודכן: לפני 4 שעות
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט אומגעהויערע שמחה און התרגשות האבן חסידי בעלזא איבער דער וועלט אויפגענומען יעצט ביינאכט די פריידיגע בשורה, איבער די גרויסע שמחה במעון הקודש פונעם רעיא מהימנא קדישא, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מיטן געבורט פון אן אור-אייניקל, דאס ערשטע בן זכר למזל טוב ביי נכדו הגדול, הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, איידעם ביי הרה''צ רבי יחיאל מאיר פאנעט שליט''א משפיע אין ק"ק בעלזא אין הר יונה.
שטייענדיג באלד פערצן יאר זינט די היסטארישע חתונה וואס ליגט נאך גוט אין זכרון ביי חסידי בעלזא, האט הרב שלום אויפגעשטעלט א שיינע שטוב און געבוירן זעקס טעכטער בלי עין הרע, און אצינד איז ביי אים געבוירן דער ערשטער בן זכר, וואס ברענגט אויף א פרישן שטראם פון שמחה אין דער משפחת המלוכה און ביי חסידי בעלזא אומעטום.
ודבר בעתו שטייענדיג בליל ההילולא קדישא, צום 100'סטן יארצייט פונעם פריערדיגן בעלזער רב זי"ע, היינטיגן כ"ב חשון ווען די שלשלת הזהב ציט זיך ווייטער, לשם ולתפארת האבות הקדושים.
אין חצר הקודש בעלזא גרייט מען זיך שוין צו א קייט פון היסטארישע ימי שמחה, וואס וועט זיך אנהייבן מיט די שבת שלם זכר דעם שבת פרשת חיי שרה, און די שמחת הברית וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן וואך ראש חודש כסלו, באגלייט מיט מעמדי קודש לפניה ולאחריה, אויף וואס בעלזער חסידים פון אומעטום קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות.






תגובות