נועדו יחדיו: באזוכן ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צום נייעם יאר
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש
נעכטן אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך צום שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לברך ולהתברך בברכת השנים. ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע זכרונות הוד קדומים, ספעציעל פון יענעם ראש השנה וואס הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע האט מכבד געווען זיין אייניקל, דער בעלזער רב שליט"א, אלס יונגערמאן צו דינען אלס בעל תוקע אום יום טוב ראש השנה. די רבי'ס האבן געטרונקען לחיים און זיך געוואונטשן בברכות לרוב. באזונדער איז דער וויזניצער רבי שליט"א אריין אויף א באזוך צו די שוועסטער הרבנית הצדיקת מבעלזא תליט"א.
שפעטער איז אנגעקומען אויף א באזוך צום רב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער האט דערמאנט פארן רב אז ער האט אים אינזינען געהאט ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל, און דער רב שליט"א האט זיך ווארעם באדאנקט. מען האט דערנאך ארומגעשמועסט שיינע זכרונות פון אמאל, און דער וויזניצער רבי פון ירושלים האט געבעטן רשות צו זינגען א פרייליכע וויזניצער ניגון. דערנאך זענען די רבי'ס פארבליבן ביחידות א משך זמן ונפרדו לשלום בברכות לרוב.
שפעטער איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן בעניני דיומא, און דער רב שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די תפלות וואס דער נדבורנא רבי דאוונט פארן עמוד במשך די הייליגע טעג.
אויך איז אריין בשעת די זמני כניסה הרב הגאון רבי יהושע פינק שליט"א, דומ"ץ בעלזא בני ברק, און מנהל פון די בית מלכה נעץ דחסידי בעלזא איבער די וועלט, וועלכער האט איבערגעגעבן א כללות קוויטל מיט די נעמען פון די טויזנטער תלמידות וואס לערנען אין די מוסדות בית מלכה בכל קצוי תבל, און די קבלות טובות וואס די מיידלעך האבן זיך אונטערגענומען בעניני צניעות, לזכותו ולרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א.














תגובות