top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא באשיינט שבע ברכות צום נעילת ימי השמחה פון נכדת האד' מבאבוב

לפני 6 דקות
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פרשת וישלח • י''ב כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשווסקי

פאריגע וואך זונטאג שליסנדיג די שבעת ימי השמתה נאך די חתונה הגדולה אין די הויפן פון באבוב - ספינקא - סאטמאר ב"פ - טשאקאווא קערעסטיר, איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם זיידן הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א. בשעת די שמחה איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אויפגענומען דעם רבי'ן ביותרת הכבוד און עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע שיינע ענינים, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין של שמחה ווען דער רב האט מכבד געווען דעם סאדיגורער רבי'ן צו טאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך איז געשאפן געווארן א באזונדערע מחול לצדיקים צווישן די צוויי אדמורי"ם שליט"א. ביים פארלאזן די שמחה האט דער באבובער רב שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צום קאר ברחובה של עיר, וואו מען האט ווייטער ארומגעשמועסט בנועם שיח.



תגובות


bottom of page