top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באישון ליל: האד' מאמשינוב רעכט אפּ סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע

לפני 6 דקות
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פרשת וישלח • י''ב כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם דינסטאג באישון ליל אום 3:30 פארטאגס איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריינגעקומען אינעם גרויסן היכל השולחנות צום עריכת השולחן הטהור אלס השלמה צום הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן שבת. דער רבי האט פארטיילט מזונות און לחיים, טועם געווען און געוואונטשן לחיים פאר כל הקהל הקודש.


נאכ'ן זיך וואשן צום סעודה און טועם זיין פון די פיש, האט מען געזונגען די זמירות כנהוג, און דער רבי האט ווידער געוואנטשן לחיים פארן ציבור א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנת בעל ההילולא אויף די פריערדיגע פרשה פרשת תולדות, במשך ארום א שעה. נאכן פארטיילן פירות האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס ארום אנדערטהאלבן שעה במתינות, און נאכן בענטשן זענען אלע חסידים זענען אדורך זאגן לחיים ביז ארום אום 8:30 צופרי.



תגובות


bottom of page