top of page
האד' מאמשינוב באשיינט שמחת הנישואין פון ערשטע אייניקל ביי אחיו צעיר הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פילע אמשינובער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די חתונה פונעם ערשטן אייניקל ביי הרה"צ רבי משה מליקובסקי שליט"א, אחיו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס דינט שוין רבות בשנים אלס דעם רבינ'ס יד ימינו און איז פאר לאנגע יארן געווען דער מוליך ומביא פונעם רבי'נס שטוב צו די חסידים, וידו כידו אין אלע ענינים. כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען אין א זאל אין מודיעין עילית,


האד' מאמשינוב פוקד געווען ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן בית החיים העתיק אין טבריה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מאנטאג באשמורת הבוקר איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם עלטער זיידן הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה, לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן נעכטן זונטאג י"ט מנחם אב. אום 5:00 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין בית וגן ירושלים, נאך די לאנג-פארצויגענע עבודה פון שבת קודש. נאך א יובל שנים וואס דער ר


געהויבענער שבת שבת שמחה אין אמשינובער הויף אין בית וגן
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענעם שבת של שמחה איז געפראוועט געווארן דעם שבת ביים שבת שבע ברכות בחצרות בית אמשינוב פון החתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בצילא קדישא אינעם אמשינובער הויף אין שכונת בית וגן. די ערשטע טייל פונעם שבת איז געפראוועט געווארן דורך די משפחה אין א לאקאלע זאל וואו מען האט לענגערע שעות פארברענגט בראשות פונעם מחותן האדמו"ר מאמשינאוו בית שמש אויף


וחסידים ברינה יגילו: שמחת נישואין פון החתן בן האד' מאמשינאוו בית שמש עב"ג הכלה נכדת האד' מאמשינוב
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מאסן חסידי אמשינוב און א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שמחת הנישואין בחצרות בית אמשינוב, די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי עקיבא קליין שליט"א מווארשעהלי, מיטן חתן א זון פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי אהרן מענדלזאהן שליט"א, איידעם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א. די גרויסע שמחה איז פארגעקומען אינעם


חסידי אמשינוב אונטערן רושם פון געהויבענער שמחת נישואין פון נכדת האד' מאמשינוב
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN א פרייליכע גייסט האט ארומגענומען די הונדערטער חסידי אמשינוב און תושבי עיר התורה והחסידות ביתר עילית, ווען מען האט געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די שמחת הנישואין פונעם רבינס אן אייניקל, די כלה, בת לחתנו הרה"ג רבי נפתלי ראזנגארטן שליט''א, מיט די חתן א זון פון ר' אברהם טענענבוים שליט"א מחשובי חסידי סלונים, ומחיל לחיל האט נאכגעפאלגט א געהויבענעם שבת של שמחה בצל הקודש אין שטאט בית


ירושלים: האד' מאמשינוב באשיינט שמחת השבע ברכות לרגל השמחה במעונו פון גיסו האד' מקוזמיר
מוצאי שב"ק פ' שלח • כ''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביים שוואגער כ''ק האדמו''ר מקוזמיר שליט"א און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א וואס איז פארגעוקמען אין די זאלן פון סטריקובער ביהמ"ד אין ירושלים. דער רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה א וויילע און טועם געווען לחיים. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און געטאנצן באזונדער מיטן חתן און דערנאך א מחול לצדיקים מיט


הרב משה מיליקובסקי פארלייקענט שמועות כוזבות איבער דעת אביו האד' מאמשינוב בנוגע איסור פון ארויפגיין אויפ'ן הר הבית
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון פאלשע שמועות וואס איז פארשפרייט געווארן אין די ארץ ישראל'דיגע מידיא אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בנוגע דעם איסור חמור פון ארויפגיין אויפ'ן הר הבית בזמן הזה, איז דעם רבי'נס זון ויד ימינו הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א ארויסגעקומען מיט א שארפע הכחשה און העמדת דברים על דיוקן. די דברי שקר איז פארשפרייט געווארן דורך אינשי דלא מעלי, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף געשטיקלטע אויסצוגן פון א שיחת קודש דורכ'ן ר


ירושלים: נעילת חג השבועות בצל כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


שנת היובל: פופציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינוב
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט רגשי קודש האבן חסידי אמשינוב בכל מקומות מושבותיהם אפגעצייכנט דעם יומא דהילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה, הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זצ"ל, וועלכע איז דאס יאר געפראוועט געווארן מיט א באזונדערע געהויבנקייט אפצייכנדיג דעם "שנת היובל", פופציג יאר זינט די הסתלקות ביום כ"ז אייר תשל"ו. ליל שישי ארום 4:00 אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען צום היכל הטישן, וואו דער רבי האט מעריך ג


ווידיאו • האד' מאמשינוב ביים עלי' לציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זי"ע
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


כדאי רבי שמעון לסמוך עליו: הוראת הקודש פון האד' מאמשינוב אנבאלאנגט דאס פארן קיין מירון אום ל"ג בעומר
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש היינטיגן ערב ל"ג בעומר איז נתפרסם געווארן דעת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנבאלאנגט דאס ארויפגיין קיין אתרא קדישא מירון דעם יום טוב ל"ג בעומר, אין צייט וואס די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארויפגעשטעלט שווערע באגרעניצונגען אויף דער הר מירון אומגעגנט צוליב די אנגייענדע מלחמה צושטאנד. דער רבי איז היינט אנגעפרעגט געווארן דורך עטליכע פון די חסידים כדת מה לעשות איבער דאס פארן ל"ג בעומר קיין מירון, אויף וואס די רבי האט געענ


נייע מרכז העולמי דחסידי אמשינוב וועט אויפגעבויט ווערן אין ביתר פאר איבערפלאנצונג פון חצר הקודש אמשינוב
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN מיט גרויס שמחה און התרגשות ווערט אויפגענומען ביי חסידי אמשינוב און מעריצים בכל אתר ואתר די פריידיגע בשורה אז אין די לעצטערע וואכן האט די שטאטראט אין שטאט ביתר ארויסגעגעבן א גיגאנטישן שטח פאר די נייע מרכז העולמי דחסידי אמשינוב, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א בנין אדיר ומפואר לתורה וחסידות פאר די געפלאנטע איבערפלאנצונג פון חצר הקודש אמשינוב פון בית וגן געגנט אין ירושלים, צום עיר התורה וחסידות ביתר. שוין קרוב צו


ווידיאו • האד' מאמשינוב פארקויפט די חמץ ביי הגה"צ ר' משה מיכל פינק שליט"א רב שכונת בית וגן
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


לשם מצות מצוה: האד' מאמשינוב אפגעראכטן "אפיית מצות" אין אמשינובע מצה-בעקעריי אין בית וגן
מוצאי שב"ק פ' שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פארלאפענעם ערב שבת הגדול איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אינעם היימישן מצה בעקעריי וואס געפונט זיך אינעם בנין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגנט אין ירושלים, און אפגעראכטן דעם סדר אפיית המצות, פארן רבי'ן ומשפחתו און פאר די גאנצע משפחת המלוכה צאצאי הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע. די עבודה נשגבה פונעם אמשינובער רבי'ן ביים מצות באקן איז אן עבודה רבה, ווען דער רבי זעלבסט איז זיך מייגע שעות ארוכות


באישון ליל: האד' מאמשינוב אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צום כותל המערבי לכבוד הרגל
דינסטאג ד' דחול המועד פסח • כ' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט אין די פריע פארטאגס שעהן באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לכבוד המועד. דער רבי איז אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צוליב די צוימונגען ביים כותל אין שאטן פון די מלחמה צושטאנד אין ארצינו הקדושה. מיטן רבי'ן אינאיינעם איז אריין בנו חביבו ויד ימינו הרב משה מיליקובסקי. לענגערע מינוטן האט דער רבי מתפלל געווען ביים רחבת


ווידיאו • האד' מאמשינוב ביי די עבודה נשגבה פון מים שלנו צום אפיית מצות מצוה
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • האד' מאמשינוב ביים מצות באקן לקראת יום טוב פסח
מוצאי שב"ק פ' צו • י' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


לאנגע קייט פון משתה ושמחה אין לויף ימי הפורים בחצר הקודש אמשינוב | ברייטע דעקונג
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות הנפש איז אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע ימי אורה ושמחה ימי הפורים בצילא דהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס איז ווי שטענדיג געווען אן עבודה נשגבה שעות ע"ג שעות מיט אן אויסטערלישע דביקות למעלה מן הזמן. דינסטיג פארנאכטס, ביום י"ד פורים דפרזים, האט דער רבי זיך געוואשן צו די סעודת היום בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, וואו מען האט אריינגעברענגט די מאכלי יום טוב און דער רבי האט געטרינקען כדת היום


ווידיאו • שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מאמשינוב אין ביתר
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


בפניא דמעלי שבתא: שמחת הברית פון אייניקל ביי האדמו"רים מאמשינוב און קרעטשניף פארגעקומען אין ביתר
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי דעם ערב שבת קודש כחצות היום אנגעקומען איז פארגעקומען אין שטאט ביתר די שמחת הברית פון אן אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב און קרעטשניף, בן הנולד ביי הרב יואל זוסמאן ראזענבוים שליט"א זון פון הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף ביתר, און איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי היילפרין שליט"א אבד"ק ראדאמישלא ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קרעטשניף אין ביתר, וואו דער גרויסער זיידע כ"ק...


bottom of page
