הרב משה מיליקובסקי פארלייקענט שמועות כוזבות איבער דעת אביו האד' מאמשינוב בנוגע איסור פון ארויפגיין אויפ'ן הר הבית
- 26 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פון פאלשע שמועות וואס איז פארשפרייט געווארן אין די ארץ ישראל'דיגע מידיא אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בנוגע דעם איסור חמור פון ארויפגיין אויפ'ן הר הבית בזמן הזה, איז דעם רבי'נס זון ויד ימינו הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א ארויסגעקומען מיט א שארפע הכחשה און העמדת דברים על דיוקן.
די דברי שקר איז פארשפרייט געווארן דורך אינשי דלא מעלי, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף געשטיקלטע אויסצוגן פון א שיחת קודש דורכ'ן רבי'ן, וואס איז געדרוקט געווארן אינעם אמשינוב'ער גליון "יראה ושמחה", וואס פון דעם האט מען ארויסגענומען אן אזויגערופענע הנחה אז כאילו דער רבי האלט אז מ'מעג אויף געוויסע אופנים און מקומות ארויפגיין אויפ'ן הר הבית.
דערויף איז דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' משה שליט''א ארויסגעקומען מיט א הבהרת דברים, זאגנדיג אז ער איז ערשטוינט געווארן צו זען ווי אזוי מ'האט מסלף געווען דברי אלקים חיים, דער רבי האט חלילה נישט מתיר געווען ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית, קעגן די דעת כל הפוסקים.
ר' משה ברענגט ארויס אז מ'האט גענומען אן אינערליכע שיחת קודש פונעם רבי'ן מיט א יאר צוריק, און איז געדרוקט געווארן אינעם גליון וואס ווערט געשריבן פאר אמשינוב'ער חסידים, אויפ'ן סגנון וואס איז מובן פאר אמשינוב'ער חסידים וואס פארשטיין דעם אופן ווי אזוי דער רבי געט די תשובות אויף שאלות וואס מ'פרעגט אים אן, און ס'איז א געוואלדיגע אומרעכט וואס מ'האט געטון, צו פארשפרייטן די ווערטער אויף א וועג כאילו דער רבי האט מתיר געווען הלכה למעשה ארויפצוגיין, א זאך וואס מעולם לא עלה על דעתו.
ר' משה פירט אויס אז דעת קדשו פונעם פאטער איז כדעת כל הפוסקים אז בזמן הזה קען מען נישט מתיר זיין דאס ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, וואס איז אן איסור חמור וואס גרעניצט זיך מיט'ן איסור כרת ח"ו.





תגובות