עהרנפולע באזוך דורך אונגארישע פארלאמענט מיטגלידער אין קערעסטיר אונגארן
מוצאי שב"ק פרשת ויצא • י''א כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א זעלטענע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין קערעסטיר אונגארן דורך א צאל הויכראנגיגע אונגארישע פארלאמענט מיטגלידער וועלכע רעפרעזענטירן די טאקיי און מישקאלץ דיסטריקטן, און האבן זיך באקענט מיט דער ברייט פארצווייגטער הכנסת אורחים אפעראציע ביים ציון, אנגעפירט דורך די אייניקלעך פונעם צדיק, הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
נאכן מתפלל זיין ביים ציון הקדוש און באזוכן דעם הייליגן שטוב און ביים נייעם בית המדרש באגלייט דורך הרב מענדל רובין שליט"א מראשי ההכנסת אורחים, האבן די געסט באזוכט דעם מאסיווע הכנסת אורחים צענטער, וואו זיי זענען שטארק נתפעל געווארן פון די פארצווייגטע אפעראציע און די ריזיגע קוואנטום עסן וואס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט פאר די פילע טויזנטער מתפללים און באזוכער, אלס המשך צו דעם הייליגן דרך הכנסת אורחים וואס דער צדיק האט געפירט בחיים חיותו.
דער באזוך קומט אין א צייט ווען עס הערשט זארג צווישן די אידישע קהילות אין אונגארן מיטן טויש אין רעגירונג, נאך דער פארלוסט פון דער געוועזענעם פרעמיער מיניסטער וויקטאר ארבאן, וועלכער איז געווען באקאנט אלס אוהב ישראל און מיט זיין שטיצע פאר אידישע קולטור אין אונגארן.
אין דעם געלעגנהייט האבן די פארלאמענט מיטגלידער אויסגעדריקט זייער גרייטקייט ווייטער צו העלפן דעם הייליגן פלאץ, ספעציעל אין בעפארברייטונג צום יומא דהילולא קדישא, ווען צענדליגער טויזנטער אידן זענען ערווארטעט אנצוקומען קיין קערעסטיר.


















תגובות