גרויסע שמחה בחצה"ק קוידינוב צום ווידער ערשיינונג פון ספר "משמרת שלום" פון הרה"ק מבראהין קוידינוב זי"ע
מוצאי שב"ק פרשת ויצא • י''א כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א דערהויבענער און היסטארישער מעמד איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש קוידינוב, לרגל דער ווידער-ערשיינונג פון דעם הייליגן ספר "משמרת שלום", פון הרה"ק רבי שלום מבראהין-קוידינוב זי"ע, נאך צענדליגער יארן וואס דער ספר איז נישט געווען בנמצא, און איז יעצט ווידער ערשינען כלול בהדרו, איבערגעארבעט און הערליך אהערגעשטעלט למען יעמוד ימים רבים.
דער מעמד איז פארגעקומען בעצם יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן מחבר, בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א אין בני ברק, אין שפיץ פון פילע חסידים, רבנים און מרביצי תורה, וועלכע זענען געקומען אנטיילנעמען אין דעם שמחת התורה און ארויסווייזן זייער התרגשות איבער דער חשוב'ער ארויסגעבערישע אונטערנעמונג.
מיט דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן דער רבינס זון, הרה"צ רבי שלום ארליך שליט"א, וועלכער שטייט אין שפיץ פון מכון "שיח אבות", וואס איז עוסק אין ארויסגעבן די ספרים פון צדיקי השושלת, ובפרט דעם "משמרת שלום", וואס איז יעצט ווידער ארויסגעגעבן געווארן אין א הערליכן נייעם פארמאט.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכבוד דעם מעמד, נאכגעפאלגט מיט א ריקוד של שמחה און א מסיבת לחיים.
אויפ'ן אויבן-אן האט זיך אויך אנגעזען דער מקובל הרה"צ רבי נחשון אלחזוב שליט"א, וועלכער איז אדוק ומקושר בתורת תלמידי הבעש"ט הקדוש בכלל, און בתורת בעל ה"משמרת שלום" בפרט, און האט אויך אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד דעם מעמד.
ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען הונדערטער אידן, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחה, און ביים ענדע פונעם מעמד האבן פילע זיך איינגעהאנדלט דעם ניי-ערשינענעם ספר, וואס דינט אלס א שולחן ערוך פאר די מנהגים פון די צדיקים און די חסידים הראשונים, צונויפגענומען מיט דער מסורה פון הלכה און חכמת הח"ן, אין איין תורה.















תגובות