האד' מאמשינוב באשיינט שמחת הנישואין פון ערשטע אייניקל ביי אחיו צעיר הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פילע אמשינובער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די חתונה פונעם ערשטן אייניקל ביי הרה"צ רבי משה מליקובסקי שליט"א, אחיו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס דינט שוין רבות בשנים אלס דעם רבינ'ס יד ימינו און איז פאר לאנגע יארן געווען דער מוליך ומביא פונעם רבי'נס שטוב צו די חסידים, וידו כידו אין אלע ענינים.
כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען אין א זאל אין מודיעין עילית, וואו דער רבי האט זיך צוגעזעצט צום אויבן-אן און באשיינט די שמחה בראש המסובים במשך א לענגערע וויילע, זייענדיג איינגעהילט בשמחה יתירה. דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון די פיש און דערנאך געמאכט א ברכה אויף בראנפן און געוואונטשן לחיים פאר די בעלי השמחה און אלע משתתפים. כמנהגו האט דער רבי געזאגט תורה פארן חתן און מכבד געווען די חשובי העדה צו זינגען די זמירות וואס מען איז זיך נוהג צו זינגען ביי א שמחת נישואין בחצרות ווארקא-אמשינוב.
נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט די ברכה אחריתא בקול שאגת ארי, און דערנאך זיך אראפגעלאזט צום צענטער פונעם זאל וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די ריקודין כאחד מן השורה און באזונדער געטאנצן א ריקוד נלהב מיט'ן חתן. שפעטער האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די מצוה טאנץ, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין בשלהבת אש קודש און בדביקות עילאה.
באזונדער האט דער רבי געטאנצן מיט'ן ברודער הרב הצדיק רבי משה שליט"א און משפחתו, בשעת די חסידים האבן געזונגען פייערליכע ניגוני בקשה לחיי מלכא, שטייענדיג אינעם גרויסן טאג פונעם רבינ'ס יום הבהיר כ"ג מנחם אב. אויך בשעת די שמחת החתונה האט מען געזונגען א רייע ניגוני שמחה מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד, צו קענען נאך לאנגע יארן זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א לאורך ימים ושנים טובות.
דער רבי שליט"א איז פארבליבן און האט מיטגעהאלטן די שמחה ביז נאך די מצוה טאנץ פונעם ברודער הרה"צ רבי משה שליט"א, ווען עס איז שוין געווען קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס.

























תגובות