עורו ישנים: חסידי אמשינוב זענען זיך מחזק בעניני בין אדם לחברו ביי זעלטענע אסיפת התעוררות פאררופן דורך האד' מאמשינוב
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
הונדערטער חסידי אמשינוב פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, האבן פארלאפענעם ליל שישי מיטגעהאלטן גאר א זעלטענע, געשעהניש בקורות ימי החסידות, ביים "עצרת התעוררות והתחזקות" וואס איז פארופן געווארן דורך דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, לשמוע את דבר ה' און זיך מחזק זיין נאך דעם שווערן אומגליק וואס האט באטראפן די גאנצע עדה הקדושה מיט די פטירה בדמי ימי' פון האשה החשובה מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פונעם אמשינובער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זעלבסט באשיינט בראש פון דעם כינוס לשם שמים און האט גענצליך אומגעראכטן משמיע געווען דברים חוצבים מלהבות אש בחובת השעה.
א פלאטע באסעס האבן געפירט דעם ציבור פון אלע שטעט, און שווערע הונדערטער חסידים, ידידים, אוהדים ותושבי ביתר, האבן געשטראמט צום גרויסן שטאטישן אודיטאריום, וועלכער איז איבערגעפילט און געווארן מקצה אל קצה.
דער מעמד האט זיך אנגעפאנגען מיט תפילת מעריב ברוב עם, נאכגעפאלגט מיט קדיש דורך די יתומים. דערנאך האט מען מיט א יראת הכבוד אויפגענומען דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, שאפנדיג גאר א זעלטענע היסטארישע ערשיינונג צו וואס מען איז גענצליך נישט צוגעוואוינט אין אמשינוב, ווען דער רבי שליט"א זיצט אויפן אויבן אן צו די זייט פון זיינע קינדער הרבנים שליט"א, דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, דעם רבינס מחותן הרה"ג ר' ישראל בן שם שליט"א פאטער פון די נפטרת, דער זיידע הרה"ג ר' פנחס ראזנטאל שליט"א, און נאך.
דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' מאיר זאנענבאנד שליט"א, דעם רבינ'ס פלאמעניק, האט איינגעלייטעט דעם מעמד מיט דברי פתיחה, און אנגעהויבן אז לויט דעם סדר העצרת וואס איז באשטימט געווארן דורכן רבי'ן זעלבסט, וועט מען אינאיינעם זאגן די תפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, היות וואס ביינאכט זאגט מען נישט קיין תהילים, און דערביי האט דעם רבינ'ס מחותן הרה"ג ר' יצחק קליין שליט"א, פארגעזאגט די הייליגע תפילה שטיקל ביי שטיקל, ווען דער רבי שליט"א איז געשטאנען און מיטגעזאגט די תפילה מיט א געוואלדיגע קאך און אש קודש, שאפנדיג אן אומבאשרייבליכע התעוררות אינעם זאל.
דאן האט דער יושב ראש אדרעסירט די מטרה פון די אסיפה, זיך מחזק צו זיין נאך דעם שווערן בראך, ובפרט זיך צו מחזק זיין בדברים הצריכים תיקון אין די ענינים פון בין אדם לחבירו.
דערביי האט מען געהערט א רייע דרשות לעורר הלבבות נאך דעם שבר הגדול, וואו די בעלי דרשנים האבן מרחיב געווען איבער דעם אייגנארטיגער דרך פון אהבת ישראל ביי צדיקי בית ווארקא און אמשינוב, ארויסברענגענדיג דעם חוב זיך מדבק צו זיין אין זייערע דרכים, אראפשטעלנדיג די פילע יסודות און ענינים שבין אדם לחבירו וואס דער רבי שליט"א זעלבסט האט געהייסן מעורר זיין דעם ציבור.
צוערשט האט אויפגעטרעטן דער פעטער פון די נפטרת הרה"ג ר' יהודה לייב בן שם שליט"א, נאך אים האט מען געהערט פייערדיגע דברי חיזוק פון הגה"ח ר' יעקב פרידמאן שליט"א ממשפיעי הקהילה אין בני ברק, שפעטער האט מען געהערט א לענגערע דרשה פון הגה"צ רבי ישראל יהודה אהרנסאן שליט"א מרבני חסידי אמשינוב, וועלכער האט בתוך הדברים ספעציעל מעורר געווען איבער א געוויסע ערשיינונג וואס האט זיך אריינגעכאפט במחנינו אז מען מאכט חילוקים צווישן 'היימישע' מיט כביכול 'פרעמדע' - אידן וואס קומען מיטהאלטן דעם רבינ'ס עבודה. לא זו הדרך, מען דארף זען נישט צו מאכן קיין חילוקים אין אהבת ישראל, נאר אויפנעמען יעדן איד באשר הוא בסבר פנים יפות און מיט א מאור פנים, און ווער עס האט צוליב דעם חלילה געטשעפעט א צווייטן איד דארף אים זען צו מפייס זיין.
דערנאך האט דער ציבור געהערט גאר הארציגע דברי חיזוק והתעוררות פונעם בארימטן מגיד מישרים הגה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, וועלכער האט מרחיב געווען בדיבורו מפי ספרים וסופרים אין די ענינים פון בין אדם לחבירו, מחיה צו זיין אידישע קינדער מיטן גאנצן הארץ, מיטצופילן איינער דעם אנדערן און צו מיט א גוט ווארט אדער א שמייכל וכדומה.
דעם משא העצרת האט מען דאן געהערט מפום ממלל רברבן, המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת נחלת יעקב. דער משפיע האט אנגעהויבן זיינע ווערטער אז ווען ער שטעלט זיך אויף רעדן פאר א ציבור האט ער אן אימתא דציבורא און כל שכן ווען ער דארף רעדן בנוכחותו פונעם רבי'ן, און האט ארומגערעדט איבער די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן ידיד נפשו הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א, ארויסהויבנדיג דעם גודל האבידה שאין לה תמורה וואס די משפחה און די קהילה האבן געליטן.
דערנאך האט ער איבערגעגעבן וואס ער איז נצטווה געווארן דורכן רבי'ן מעורר צו זיין דעם ציבור איבער א רייע נושאים, במיוחד אין דעם ענין פון בין אדם לחברו, ווי ער האט אויפגעפלאמט די הערצער מיט עובדות און אמרות טהורות פון די צדיקים הקודמים איבער דעם ריכטיגן דרך זיך איבערצוגעבן אינגאנצן און זיך מוסר נפש זיין פאר א צווייטן, און מעורר געווען דעם ציבור נתעורר צו ווערן בתשובה ותיקון המעשים נאך אזא שווערן קלאפ.
דאן האט דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' מאיר זאנענבאנד שליט"א ווידער גענומען דאס ווארט און איבערגעגעבן עטליכע פראקטישע נקודות וואס דער רבי שליט"א האט געהייסן אוועקשטעלן צו מאכן א כלי פאר די התעוררות, צווישן זיי צו לערנען בקביעות ספרים בעניני בין אדם לחברו, מאכן חבורות אין די ענינים, זיך מקבל זיין קבלות טובות, און מעורר זיין דעם ציבור אין די שטיבלעך אויף די וויכטיגע נושאים, לעורר הלבבות, והחי יתן אל ליבו.
א חרדת קודש האט דאן ארומגענומען דעם גאנצן זאל און א סקרוך איז דורכגעלאפן די ביינער, ווען דער יושב ראש האט אויסגערופן אז דער רבי שליט"א גייט אויפטרעטן מיט דברות קודש. קרוב צו 15 מינוט האט דער רבי זיך געגרייט בדחילו ורחימו איידערן צוקומען צום ווארט, און דאן אנגעהויבן די דברים חוצבים מלהבות אש.
בראשית דבריו האט דער רבי בענוותנותו אנגעהויבן מיט א תפילה אז זיינע ווערטער זאלן חלילה נישט מקרר זיין די גרויסע התעוררות וואס האט געהערשט ביים מעמד. דערנאך איז דער רבי אריין אין א טיפן שמועס איבער דעם אז די פנימיות פון די מצוה פון ניחום אבלים וואס איז "ואהבת לרעך כמוך", און האט ארומגערעדט אויפן מאמר חז"ל אז די גאנצע תורה תחילתו וסופו איז ארומגענומען מיט גמילות חסדים. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז די הנהגה פון טוב וחסד פון א איד איז מחייב די הנהגה פונעם דין זעלבסט, ער זאל זיך פירן מיטן מידת הרחמים מיט אידישע קינדער, און דאס ברענגט די ברכות פון די היינטיגע פרשה ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ.
דער רבי האט מסיים געווען מיט א ווארעמע ברכה אז די התעוררות פון די אסיפה זאל מעורר זיין די כוחות הנפש און די פנימיות פון יעדן איינער, וואס בפנימיות זענען דאך גאנץ כלל ישראל ממש איינס, און אין דעם כח וועט מען זוכה זיין בקרוב צו די הבטחה פון "ברחמים גדולים אקבצך".
ביים ענדיגן דעם מעמד האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט און געזעגנט דעם ריזן ציבור שטייענדיג אויפן אויבן אן, און זיך ווארעם באדאנקט פארן משפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א. אלע באטייליגטע זענען זיך צוגאנגען אהיים מיט הויפענעס פון חיזוק והתעוררות זיך צו האלטן פעלזן-פעסט און מיט קבלות טובות בעניני אהבת ישראל וגמילות חסדים.






























תגובות