top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע מעמד "גבורת שמונים" פאראייניגט הונדערטער תלמידי ובוגרי ישיבת סלאבאדקע בארצות הברית

לפני 5 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדשיט: JDN

הונדערטער תלמידים ויוצאי ישיבת סלאבאדקע האבן מיטגעהאלטן א היסטארישע מעמד "גבורת שמונים", חגיגת יובל השמונים וכינוס תלמידים רבתי, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, אין די פראכטפולע בערקלי רעזארט האטעל אין ניו דזשערזי, אין שפיץ פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע.


אכציג יאר איז אריבער זינט יענעם יאר תש"ז, ווען עס האט אנגעהויבן שיינען די ערשטע ליכטיגקייטן פון די בארימטע סלאבאדקע ישיבה אין ארץ ישראל, אין אנדענק פון די היסטארישע ישיבה אין שטאט סלאבאדקע אין דער אלטער היים. זינט יענעם טאג פאר גאנצע אכציג יאר איז די קול התורה געשטיגן מער און מער, מיט צענדליגע טויזענטער תלמידים וואס האבן זיך שוין משלים געווען דארט בין כותלי הישיבה אין לויף פון די יארן.


דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א וועלכער טראגט אויף זיינע פלייצעס דעם עול החזקת הישיבה, איז געקומען צו פארן מהתם להכא בטלטולא דאורחא ובטלטולא דגברא רבא, אויפצוטרייבן די נויטיגע געלטער בערי ארצות הברית צו קענען ממשיך זיין דעם קול התורה, איבערהויפט אין יענע שווערע תקופה ווען אחינו בני ישראל בארץ הקודש האבן זיך צוזאמגעליטן ביטער שווער צוליב די גזירת הגיוס, און עס האט געפאדערט מסירת נפש צו קענען אנגיין מיט לימוד התורה בהתמדה.


מיטוואך פרשת תולדות ראש חודש כסלו האט דער ראש ישיבה געלאנדעט אויפן אמעריקאנער באדן, אנקומענדיג צוערשט צו די היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערזי, איידער ער האט געדארפט ממשיך זיין די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס, וואו עס זענען ווידער געווען געפלאנט מסיבות און באנקעטן לטובת הישיבה בבתי נגידים ושועים אויף מסיבות און באנקעטן.


מוצאי שבת פרשת תולדות איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד חגיגת יובל השמונים וכינוס תלמידים רבתי, אינאיינעם מיטן סעודת מלוה מלכה להחזקת הישיבה, ווי דערמאנט איז די מעמד פארגעקומען אין די בערקלי רעזארט האטעל אין דזשערזי, וואו מען איז זוכה געווען צו הערן דעם דבר ה' ברמה פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה שליט"א.


א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט פאר די געהויבענע מעמד, אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי ארון רייך שליט"א ראש ישיבת וואודלעיק, און א הערליכע פרעזענטאציע איז פארגעשטעלט געווארן איבער די התייסדות הישיבה מיט אכציג יאר צוריק, איבער הגאון הסבא מסלאבאדקע זצ"ל שטייענדיג הונדערט יאר נאך זיין הסתלקות, און איבער דעם גרויסן ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אהרן קאטלער זצ"ל רבו מובהק פונעם סלאבאדקע ראש הישיבה שליט"א, שטייענדיג אין די דריי טעג ארום זיין יארצייט.



תגובות


bottom of page