פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק נדבורנא ירושלים
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ
היינט פארמיטאג איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול נדבורנא ירושלים, וואו ער איז מכובד געווארן מיט מוהלות ביי די שמחת הברית פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"צ רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם פאר הדור מיט גרויס כבוד והערצה, און דערנאך פארגעזאגט "זה הכסא" כמנהג בית נדבורנא, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן הרה"צ רבי שאול גאלדמאן שליט"א. מיט סנדקאות איז מכובד געווארן דער זיידע דער נדבורנא רבי, מיט ברכות האט דער רבי מכבד געווען דער מוהל הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און מיט עמידה לברכות הרה"צ רבי יוסף גאלדמאן שליט"א מזוועהיל.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, וואו דער נדבורנער רבי האט פארברענגט בנועם שיח מיטן מוהל, הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, און מ'האט געזונגען ניגוני שמחה והודאה. דער פאר הדור האט אנגעוואונטשן דעם רבי'ן און די בעלי שמחה מיט ברכות לרוב, און דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט דעם רב שליט"אנביז צום קאר, און זיך געזעגענט לחיים ולשלום. עס האט נאכגעפאלגט מיטן סעודת מצוה אינעם היכל בית המדרש.



























תגובות