ביקור תנחומין: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי הרב משה מיליקובסקי בן האד' מאמשינוב נאכן אויפשטיין פון די שבעה
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז היינט אויפדערנאכט אנגעקומען קיין ביתר צו באשיינען די שמחת התנאים פון אן אייניקל, האט נאכן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, אפגעשטאט א ביקור תנחומין ביי הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע האט זיך היינט אויפגעשטעלט פון די שבעה נאך די טראגישע פטירה פון זיין אשת חיל ע"ה, וועלכע איז נפטר געווארן אין א בליענדן עלטער, איבערלאזענדיג נאך זיך א שטוב מיט קליינע יתומים.
דער רבי שליט"א האט זיך אינטרעסירט איבער די לעצטע תקופה פון זיין אשת נעורים, זיך מוטשענדיג מיט שווערע יסורים ל"ע, און מחזק געווען מיט טרעפליכע דברי חיזוק ונחמה. נאך עטליכע מינוט האט דער רבי שליט''א מנחם געווען מיטן נוסח המקובל און איז צוריקגעפארן למעון קדשו אין ירושלים.








תגובות