top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא שליסט זיך אן בצירופא דרבנן אויף די היסטארישע נסיעה לטוב

לפני 13 שעות
זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 10 שעות

זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א ווייטערדיגן אנטוויקלונג איבערן היסטארישער נסיעה פון די גדולי ומאורי הדור קיין אייראפע לטובת דער קרן עולם התורה, האט זיך כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א היינט ארויסגעלאזט אין וועג קיין לאנדאן, וואו דער רבי וועט, אויפ'ן פערזענליכן פארלאנג פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, זיך אנשליסן בצירופא דרבנן אויף דער היסטארישער נסיעה.

שוין זינט דער גרינדונג פון קרן עולם התורה שטייט דער ראחמיסטריווקא רבי מיט מיט א זעלטענע ווארעמקייט לטובת די הייליגע אונטערנעמונג, און שוין מערערע מאל וואס דער רבי איז ארויסגעפארן קיין חוץ לארץ אינאיינעם מיט די גדולי התורה וראשי הישיבות, אוועקצושטעלן א קראנטע פינאנציעלע באזע פאר די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל, אין דעם יעצטיגן שעת השמד.

אצינד האט דער רבי ווידער נענה געווען לבקשתו פון ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א מיטצופארן אויף דער נסיעה, און צוליב דעם האט דער רבי מקצר געווען זיין וואקאציע אין צפת וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די טעג אויף אפרוה. שוין נעכטן מוצאי שבת איז דער רבי צוריקגעקומען קיין ירושלים, כדי צו קענען היינט ארויספארן בייצייטנס צום לופטפעלד.

דער רבי געפינט זיך שוין על אם הדרך קיין לאנדאן, וואו ער וועט אנקומען היינט זונטאג אויפדערנאכט. דורכאויס די קומענדיגע טעג וועט דער רבי זיך אויפהאלטן אין דער גאלדערס גרין געגנט, און האבן די אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' משה פארהאנד הי"ו.

דינסטאג וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה אינאיינעם מיט דער משלחת כבוד אויפ'ן וועג קיין שווייץ, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע צוויי טעג, ביז דאנערשטאג, חיי שרה, און דערנאך זיך אומקערן לביתו נאוה קודש אין ירושלים.





תגובות


bottom of page