האד' מוויזניץ מאנסי אין א זעלטענעם רוף צו חסידים צו שטימען בלויז פאר קאנדידאטן אינדארסירט דורך די מוסדות
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די וואלן וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נעכטן מיטוואך אין א זעלטענעם ערשייונג אויפגעפאדערט פון די חסידים ארויסצוגיין שטימען בלויז פאר די אפציעלע מוסדות אינדארסירטע קאנדידאטן.
די רבי שליט"א האט איבערגעגעבן די חובת השעה אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע וואלן בעת די דרשת פתיחת הזמן פאר די אברכי הכולל, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם בלבול וואס הערשט אין די אלגעמיינע גאס אין די יעצטיגע טעג ארום די וואלן, ווען פארשידענע רעקלאמעס ווערן פארשפרייט דורך די פאסט, מיט העסליכע טענות קעגן די עסקנים און ראשי קהילות, מיטן ציל צו באאיינפלוסן דעם דעת הקהל צו גיין קעגן די אנווייזונגען פון די עסקנים און הנהלת הקהילה.
דער רבי שליט"א האט דערביי דערמאנט א מעשה רב, פון אביו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, וועלכער האט אמאל געהייסן וועלן פאר א געוויסע פאליטיקאנט קעגן דעם דעת הקהל, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז דער ריכטיגער שריט. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז נישט אלעמאל קען מען מסביר זיין פאר יעדן איינעם אלע חשבונות און צדדים וואס שטייען אונטער א באשלוס, די עסקנים און די הנהלת המוסדות זענען דן בכובד ראש איבער די ענינים, און מען טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון אנדערע יחידים וואס פארשפרייטן צעטליך אדער פארן ארום מיט מייקס וכדומה.
באזונדער האט דער רבי שליט"א אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען, ערקלערנדיג אז די וואלן איז א טובה פארן כלל און פארן פרט. דער רבי האט אויסגעפירט מיט א קלארער בקשה פאר די אינגעלייט ארויסצוגיין וואוטן ביי די קומענדיגע וואלן פאר די קאנדידאטן וועלכע זענען אינדארסירט געווארן דורך די הנהלת המוסדות.







תגובות