top of page
פתחו של אולם: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקא אפגעקויפט זכות שם אולם ווילחאוויץ אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אן עהרנפולער מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און כלל-טוער הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, וועלכער האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון אנדערהאלבן מיליאן דאלאר, אפצוקויפן דעם זכות שם הבנין פונעם פיליעריגן בארימטן "ווילחאוויץ" חתונה-זאל אין שטאט, ויקרא שמו בישראל: "אולם ווערדיגער". דער ו


ביקורי ענוים: האד' מוויזניץ מאנסי באזוכט בבתי אדמור"ים וגדולי ישראל אין ארה"ק
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


ווידיאו • קבלת פנים לכבודו פון האד' מוויזניץ מאנסי בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


לעכטיגער שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצילא קדישא פון האד' מוויזניץ מאנסי
מוצאי שב"ק פ' נצבים וילך • כ''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן אומבאשרייבליכע רישומא דקדושה האט איבערגעלאזט דער געהויבענעם שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ווען דער הר הקודש מירון האט געווילבערט מיט א מאסן פלייץ פון הונדערטער חסידים וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען מכל קצוות תבל לחסות בצלא דמהימנותא עילאה במחיצתו פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. און צוגאב צו די פמליא של מעלה פון הונדערטער חסידים און תלמידי הישיב


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות ה


געהויבענער באזוך פון האד' מוויזניץ מאנסי מיט הונדערטער תלמידי הישיבה ביי האד' מתולדות אברהם יצחק
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן האבן די הונדערטער תלמידי הישיבה הגדולה דחסידי וויזניץ מאנסי, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, באזוכט בהיכל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אן אייניקל ביי חתנו הגדול הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר שליט"א. ביי די שמחת הברית וואס איז פארגעקומען אין גרויסן בית המדרש


נקדמה פניו בתודה: תושבי קרית וויזניץ האבן מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם מסע הקודש 'לבקר בהיכלו' בארה"ק, האט דעם מאנטאג באזוכט אין בני ברק וואו דער רבי האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק און זיך אויפגעהאלטן בביתו נאוה קודש פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע. אין אוונט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק וואו דער רבי שליט"א הא


בני ברק: האד' מוויזניץ מאנסי באזוכט ביי האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די נאכט באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א נאכ'ן מתפלל זיין על קברי אבותיו אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין בני ברק. דער וויזניצער רבי האט צוערשט אפגעגעבן א ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה פונעם ערשטן אור-אייניקל ביי האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא. ס'איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און די רבי'ס האבן געטרונקען


ווידיאו • האד' מוויזניץ מאנסי טרעט אויף מיט א שמועס הכנה לימים הנוראים אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


הייסע הרגשים בקרב חסידי ובחורי וויזניץ מאנסי לקראת היסטארישע מסע הקודש לארה"ק בראשות האד' מוויזניץ מאנסי
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט הייסע הרגשים ציילן שוין חסידי וויזניץ מאנסי, ובפרט די הונדערטער תלמידי הישיבה, די טעג צו די היסטארישע מסע הקודש קיין ארה"ק בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, מיט'ן הויכפונקט דער שבת מלא התרוממות והתעלות אין אתרא קדישא מירון ביים תנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי. די נסיעה רוממה "לבקר בהיכלו" איז פראקלאמירט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א נאך מיט א יאר צוריק, לקראת דעם סיום זמן הקיץ תשפ"ה, ווען דער רבי האט דאן געמאלדן פאר די תלמידי


גינסטיגע דערגרייכונג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק נאך זיצונג דורך גדולי האדמור"ים מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט יהדות אמעריקע אויפגענומען מיט פרייד די גוטע נייעס אז וויכטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר חינוך, וועלכע טוט גאר שטארק ארויסהעלפן דעם עקזיסטענץ פון היימישע מוסדות און ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ב"ה אפגעראטעוועט געווארן, און וועט ווייטער בע"ה אנקומען צו די מוסדות און ישיבות, און ערמעגליכן די מוסדות צו ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עוז. דער זארג האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מיט א יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן פרע


להוסיף על העזרות: צפון גאלעריע פון עזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי וועט זיין געווידמעט פאר אברכי הקהילה
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ מאנסי האבן מיט קורת רוח אויפגענומען די בשורה טובה איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם צענטראלן היכל הביהמ"ד הגדול "לבוש מרדכי" וויזניץ אין מאנסי, וואס דינט אלס תל תלפיות פאר טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן חודש אב וועט טייל פונעם עזרת נשים פארוואנדלט ווערן אין א פרישן גאלעריע פאר די יונגע יונגעלייט פון די קהילה. די פרישע שריט להוסיף על העזרות קומט אלס א נויטיגע רעזולטאט פונעם שיינעם וואוקס


צהלי ורוני עיר התורה: שטאט לעיקוואד גרייט זיך צו ביקור מרומם און ערשטמאליגער שבת מיט האד' מוויזניץ מאנסי
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, פראווענען א געהויבענע שבת אין עיר התורה לעיקוואד די וואך שבת פ' בהעלותך, און פארבלייבן אין שטאט אין די נאכפאלגנדע טעג מיטן ציהל צו מזכה זיין די ארטיגע נגידים ושועים, און אויפטרייבן פינאנציעלע שטיצע לטובת די וויזניצע מוסדות המתנוססים לתפארה אין מאנסי. דער וויזניצער רבי האט נאך קיינמאל נישט געפראוועט א


הכנה דרבה בחצה"ק וויזניץ מאנסי צו חתונה הגדולה פון ערשטע אור-אייניקל פון האד' מוויזניץ מאנסי
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ מאנסי רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן חודש סיון הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער, ווען עס ציעט זיך ווייטער די שלשלת הקודש לשם ולתפארת. עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר


מרבים שלום: האד' מוויזניץ מאנסי נעמט אויף זיך פינאנציעלע עול פון נייע כולל דחסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין נאך א באגריסנדע אנטוויקלונג פון אחדות און צוזאמענארבעט בחצרות בית וויזניץ, ווערט אין די יעצטיגע טעג אוועקגעשטעלט א נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א, מיט די פערזענליכע הילף און באגלייטונג פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטערע חדשים האבן די צוויי ברידער האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישא מערערע


ק"ק וויזניץ מאנסי שאפט דראסטישע דורכברוך מיט נייע "אולם איינהארן"; בלויז 10 טויזנט דאלאר די גאנצע חתונה נאכט
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פרייד-כוואליע הילט ארום חסידי וויזניץ און כלל תושבי מאנסי מיט די בשורה מרנינה איבער'ן דראסטישן דורכברוך צו לינדערן די אסטראנאמישע חתונה-קאסטן, מיט'ן אהערשטעלן די שפאגל-נייע פראכטפולע חתונה זאל "אולם איינהארן" וואו די גאנצע חתונה-נאכט, מהחל ועד כלה, וועט אפקאסטן די שטוינענד ביליגע פרייז פון בלויז 10 טויזנט דאלאר, ביידע צדדים צוזאמען, דאס הייסט, 5 טויזנט פער צד. דאס קומט אין ליכט פון די שטורמישע אויפוואכונג וואס האט אויפגעפלאמט ב


שריפה ביי וויזניצער מצה בעקעריי אין מאנסי פאראורזאכט לייכטע שאדן
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פייער האט אויסגעבראכן היינט צופרי אין די וויזניצער מצה בעקעריי וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די וויזניצע מיידל שולע אויף קרעסט קאורט אין מאנסי, מיטן אויבערשטנס הילף האט די שריפה נישט אנגעברענגט קיין ערנסטע שאדן פאר די בעקעריי, וואס גרייט זיך שוין פון פריש ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט לקראת דעם קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט. די פייער האט אויסגעבראכן ביי אן אויוון און זיך פארשפרייט צו איינע פון די קוימענס אויף די דאך פו


ווידיאו • געהויבענער שמחת החתונה פון נכדת האד' מוויזניץ אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page
