נקדמה פניו בתודה: תושבי קרית וויזניץ האבן מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם מסע הקודש 'לבקר בהיכלו' בארה"ק, האט דעם מאנטאג באזוכט אין בני ברק וואו דער רבי האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק און זיך אויפגעהאלטן בביתו נאוה קודש פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע.
אין אוונט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק וואו דער רבי שליט"א האט אויף די ספעציעלע איינלאנדענונג פון די הנהלת הקהילה אויפגעטרעטן פאר די טויזנטער וויזניצער חסידים החונים תחת דגלו פון שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
צום ערשט האט הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אבד"ק קרית וויזניץ מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט ווארימע דיבורים, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע אהבה וואס דער רבי ברענגט אריין אין די וויזניצע משפחה, באטאנענדיג אז ביים שבת אין מירון האבן זיך געפונען איבער פערציג צאצאים פון די ניין אנדערע וויזניצע רבי'ס.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט דברי הכנה צו די הייליגע טעג, בתוך הדברים האט דער רבי שטארק ארויסגעברענגט וואס מען דארף זיך אפלערנען פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א בפרט פון די געוואלדיגע אמונה ובטחון און שמחה וצהלת פנים און לעבן מיטן אייבערשטן אין אלע מצבים, און אויך ארומגערעדט בשבחו פונעם רב הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א. נאך די שיחת קודש האט מען געדאוונט מעריב ברוב עם הדרת מלך און א ריזן ציבור חסידי וויזניץ האט זיך דורכגעשלענגערט שלום נעמען פאר איבער א שעה צייט.























































תגובות