top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

לפני 2 דקות
זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שיין בילד פון האדמו"ר מתולדות אהרן, אנקומענדיג צו די שמחת החתונה פון א זון פון הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות און ארויסגעבער פון די פאפולערע אנ"ש בלעטל דחסידי תולדות אהרן, באגלייט דורך די קינדער פונעם בעל שמחה ר' מרדכי.


האד' מתולדות צבי ספינקא וואונטש אן מזל טוב פאר דעם באקאנטן משמח אלוקים ואנישם, איש המעש ספעציעל פאר שידוכים מוה"ר יונתן שווארץ הי"ו, נאכן שמחת האירוסין פונעם אלעמען באליבטן חתן כמר מאיר וויינשטאק (פוקס) הי"ו, מנאמני ביתו פונעם ספינקא רבי'ן.


די הכרזה פונעם לאנגיעריגע משב"ק בחצר הקודש בעלזא הרב שמעון וואלף קליין שליט"א נאך הבדלה אינעם 'גרויסן שטוב' אין קרית בעלזא, צו שטימען פאר "יהדות התורה" אין די בעפאשטייענדע וואלן.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג באגלייט ארויס שאר בשר, האדמו"ר מצאנז זמיגראד, נאכ'ן מיטהאלטן דעם עצרת הספד אין בית המדרש הגדול צאנז קלויזענבורג לזכרו פון הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.


הוראת הקודש פון האדמו"ר מגור צו די באפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל, פארעפנטליכט דעם זונטאג אין די "המודיע" אויסגאבע.



האדמו"ר מאמשינאוו אמעריקע באשיינט ביים שמחת השבע ברכות וואס דער רבי האט צוגעשטעלט לכבוד די חתונה פון מקורבו החתן ר' משה ערליך ני"ו.


שיין בילד פון האדמו"ר ממעזיבוזש ביי הבדלה דעם מוצאי שבת במקום הנופש אין עמנואל, וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג אויף אפרוה.


צווישן די פילע אדמו"רים ורבנים וואס האבן זיך משתתף געווען ביי די שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש סאטמאר, איז געווען הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א, אבד"ק מכלל יופי וחבר בד"ץ קהל יטב לב דסאטמאר, וועלכער איז געווען א פעטער ביי די שמחה. דער רב שליט"א איז אויפגענומען געווארן בצהלת פנים דורך דעם סאטמארער רבי'ן און האט מיטגעהאלטן די שמחה א משך זמן.


דער אבי היתומים העסקן הרב יעקב אליעזר שישא יו"ר ארגון 'טוב וחסד', גיבט אפ א שבח והודיה צום בורא כל עולמים אין אן התרגשות'דיגן טאנץ ביים מצוה טאנץ פון א קינד, נאך וואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון די ביטערע מחלה ה"י.


דער חסידישער בעל מנגן בנש"ק ר' מאיר אדלער הי"ו, וואס באלעבט אידישע שמחות און חצרות מיט זיין זעלטענעם טאלאנט, פלאנצט איין אין זיין קליינעם זון די מידה פון משמח זיין חולי ישראל אין די שפיטעלער.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים ערשיינען אויף א פלוצלינגדיגן באזוך אין די מתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, לרגל התחלת זמן החורף.

א פרישע ווערסיע פון די פאפולערע WAZE אפליקאציע איז ערשינען, מיט דירעקציעס און אנווייזונגען באגלייט מיט אינספיראציע פונעם משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט''א מלעלוב.


צוויי היסטארישע חפצי קודש, וואס זענען געברענגט געווארן דורך איינעם פון די נגידים צום שמחת החתונה די וואך פון א זון פונעם משפיע הגה"צ ר' יודל דייטש שליט"א: דער בעכער פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע און די יארמולקע פונעם הייליגן מאור עינים זי"ע וועמענס הילולא איז אויסגעפאלן די וואך.


הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב אין א ריקוד מיט הרה"ח ר' חיים גאלדפינגער הי"ו משב"ק האדמו"ר מבאבוב ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן. "קרישקעס" וואונטש א הארציגן מזל טוב.


שיין בילד פונעם משפחת המלוכה צאצאי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע ביי א משפחה שמחה די וואך. פון רעכטס צו לינקס: גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, האדמו"ר מצאנז, גאב"ד קרית צאנז ירושלים, און אבד"ק צאנז בני ברק.


משפחה הויפט-רעדאקטאר און זשורנאליסט ר' אריה ארליך, אין א שמועס מיטן שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ ביים שמחת החתונה די וואך בבית העסקן ר' יענקי שישא הי"ו אין שטאט בית שמש, נאכדעם וואס ר' אריה האט אנגעפירט מיט א העפטיגן קאמפיין צו באפרייען די איבער 50 חב"ד'סקע בחורים וועלכע זענען ארעסטירט געווארן די וואך.


האדמו"ר מצאנז זוועהיל ווערט געזעהן ביים באס סטאנציע אין יוניאן סיטי, איידערן ארויפשטייגן דעם באס קיין פאסעיק וואו דער רבי האלט זיך אויף דבר יום ביומו אין די ישיבה גדולה אהל שלמה צאנז זוועהיל, זייענדיג מרביץ תורה פאר זיינע תלמידים כבנים.


גילוי דעת דורך מפעל 'קרן ויואל משה' אפיציעל אויסצושפייען דעם נייער ׳צבע שחור׳ פארטיי וואס קומט מיט א קנאי׳שע שלייער אריינכאפן אידן אין נעץ פון די בחירות וואס איז געאסרט געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


כי מרדכי היהודי, דרש טוב לעמו: אויף די וויליאמסבורגער גאסן מערקט "קרישקעס", הני תרי בדחני הרב אברהם מרדכי מלאך און ר' פנחס מרדכי וועבער הי"ו רעדן ציווישן זיך דורכן טעלעפאן!


בי"ד הגדול שבירושלים, העדה החרדית, האט פארעפנטליכט א פרישן קול קורא מיט א רוף צום ציבור זיך אפצושיידן און נישט אנטיילצונעמען אין די בחירות הטמאות.


הגאון רבי שלום בער סורצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה אין א זיצונג מיטן מארקעטינג מייסטער ר' שלמה שטיינמעץ הי"ו אין די "פיוואט" הויפטקווארטירן.


מוסדות וויזניץ מאנסי מיט א ברכת צאתכם לשלום אין זייער ווכענטליכער תורה-בלעטל פאר ניין יונגלעך וואס האבן זיך ארויסגעצויגן די פארגאנגענע וואך צום נייעם ישוב אין לעיקפראנט פלארידע.


הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד איז זיך משתתף ביי א חתונה די וואך פון א גר מיט א גיורת וואס קומען פון ניגעריע אין אפריקע.


גאב"ד אנטווערפען באטייליגט זיך בראש בני משפחתו ביים שמחת החתונה אין לאנדאן לבן העסקן הרב שלמה שטראה הי"ו פון אנטווערפען יד ימינו פונעם רב שליט"א.


גיגאנטישער דאך ווערט געגאסן אין די יעצטיגע טעג ביים בנין הכנסת אורחים אין שטאט שינאווא פולין.


אייגענארטיגע סדר לימוד וועט פארקומען מוצאי יום הבחירות, איינגעפירט דורכן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל, צו אויסנוצן די צייט ללימוד התורה און נישט זיין פארנומען מיט די תוצאות פון די וואלן.


האדמו"ר ממודזיץ ווערט געזעהן פארנט פון זיין אכסניא אין קליוולאנד, וואו דער רבי האט געוויילט לכבוד א משפחה שמחה - אין א שמועס מיט די קינדער פון גיסו האדמו"ר מאלכסנדר.


דער ניי-ערוועלטער חבר הכנסת מטעם קהל מחזיקי הדת בעלזא, הרב אליקים שטארק, ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מנדבורנא לקראת די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל.


הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא באטייליגט זיך ביים שמחת התנאים די וואך בבית העסקן הרב משה מארגארעטן יו"ר צדק ומחשובי חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג.


העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו באגריסט קאנגרעסמאן לאולער, אנקומענדיג אויף א זיצונג מיט הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ, אין ראם פון זיין קאמפיין אויפצוטרייבן שטיצע ביים היימישן ציבור צו די בעפארשטייענדע וואלן.


ביים שמחת החתונה לבית המשפיע הגה"צ ר' יודל דייטש שליט"א, מערקט "קרישקעס" דער פילאנטראפ הנגיד ר' בנימין פיליפסאן הי"ו פון מיאמי ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מצאנז.


הנגיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו, נדיב היכל התורה החדש פונעם בית המדרש הגדול דושינסקיא אין ירושלים, ביים אנצינדן דעם היסטארישן נר תמיד-הענג לייכטער, וואס האט יארן לאנג געברענט בהיכל קדשו פון מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר זי"ע, ביים חנוכת ההיכל, צוזאמען מיט דער סעודת ההילולא פונעם הייליגן חתם סופר.


נעים זמירות ישראל בנש"ק הרב מאיר אדלער, באזוכט די וואך בקודש פנימה ביי ש"ב האדמו"ר מבעלזא.


האדמו"ר מנדבורנא אלעד אין א שמועס בדברי תורה מיט הרב אברהם זאלדאן פון די הכנסת אורחים "אשל לאברהם" אין קראקא, וואו דער רבי האט באזוכט די וואך.


האדמו"ר מוויעליפאלי ווערט באמערקט אין סטיטשינער ביהמ"ד אין בארא פארק ביים עוסק זיין בתורה, איידער די יארצייט טיש בחצר הקודש סטיטשין, לכבוד די הילולא קדישא פון הרב הקדוש רבי יודא מסטיטשין זי"ע.


האדמו"ר מסאטמאר באגריסט הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א, דומ"ץ בק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, ביים מעמד מקדשי השבת דורכ'ן סאטמארער תורה-חבורה "זכרו".


אין די באקאנטע שומר שבת שטיבלעך אין בארא פארק, האט "קרישקעס" באמערקט דעם ראש הישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א אין א שמועס מיט האדמו"ר מקהל חסידי ספינקא און העסקן ר' מנשה זילבער.


אייגנארטיגע פלאש בראנפן ערצייגט ספעציעל לכבוד די שמחה במעונו פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין, לרגל הולדת נכדתו למזל טוב, זייענדיג די ערשטע שמחה וואס ווערט געפראוועט בבית מדרשו החדש אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואוד.


טראץ די שארפע און קלארע שטעלונג פון האדמו"ר מביטשקוב דורכאויס די יארן נישט צו גיין שטימען ביי די בחירות, האט דער רבי דאסמאל געמאכט אן אויסנאם און געהייסן די חסידים ארויסגיין שטימען פאר די חרדי'שע פארטייען.


אן ארמיי פון בחורים ביים צונעמען די סוכה הגדולה בחצר הקודש סקווירא.


הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, טרעט אויף ביים התוועדות חסידים בחצר הקודש סערט וויזניץ, לקראת די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זי"ע.


האדמו"ר מסטיטשין באגריסט האדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא, ביים פארלאזן דעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון די וואך.


האדמו"ר ממעזיבוזש איז משבח די קראנקן קאסע "מאוחדת" ביי א ספעציעלן אוונט, וואס איז פארגעקומען די וואך אין די הויפטקווארטירן פון "מאוחדת" אין פתח תקוה, וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די מאוחדת שטאב, וועלכע האבן זיך געטריי אפגעגעבן מיט זיין רעבעצין ע"ה בעת איר שווערער געזונט דורכגאנג ל"ע.


די דרשה נלהבה פון הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, ביים כינוס גדולי ישראל דעם מוצאי שבת אין בני ברק, אין בעפארבארייטונג צו די בחירות אין ארץ ישראל.


א פראוויזארישער חדר מיוחד איז אהערגעשטעלט געווארן פאר האדמו"ר מפאפא אין דעם פראכטפולן ברייטסטאן קאמפלעקס אין ניו דזשערזי, וואו עס איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן דער מעמד סיום חצי ש"ס אין די ראמען פון חבורת "והגית" דחסידי פאפא.


האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג באזוכט ביי הגה"צ גאב"ד וואודריטש שליט"א, וויילנדיג אויף די קעטסקיל בערג למנוחת הנפש.


דער גרויסער באדן נעבן די בניני בית רחל ד'סאטמאר אין קרית יואל, צוגעגרייט צו דער פייערליכער אויפנאמע, ביי וועלכער די איבער זעקס טויזנט תלמידות פון די סאטמארער מוסדות האבן אויפגענומען דעם הויכגעשעצטן גאווערנער האוקול. נאך א געלונגענע פראיעקט, אהערגעשטעלט דורך די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע.


דער בארימטער בעל מנגן ר' אברהם מרדכי שווארטץ, אין א קדאטשקע טאנץ ביים שמחת החתונה לבן הנגיד ר' מרדכי קרויס, אין שטאט בית שמש.


האדמו"ר מסאסוב ווערט געזען עוסק בתורה ביי די טעגליכע שיעורי תורה ברבים אין סאסובער בית המדרש אין ירושלים, נאך די וועכנטליכע זמני כניסה בחדרו הפרטי אינעם בית המדרש.


האדמו"ר מסקאליע מערקט "קרישקעס" אויף די ירושלימער גאסן, באגלייט דורכן געטרייען משב"ק הרה"ח ר' ברוך דוד קאלאדני, דער שופר פונעם יהדות החרדית אויף דער פאפולערער "קול בחצרות" טעלעפאן ליניע.


האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם, אין א טיפן שמועס מיט א ליובאוויטשער חסיד, ביים אדורכטון הלכות משיח בעיון רב.


דער אלעמען באקאנטער ר' מענדל אונגאר כאפט אריין איין לעצטן בליק אינעם אלטן בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, איידער מען ווארט אראפ דעם בית המדרש, סותר על מנת לבנות, כדי אויפצובויען דערויף דעם גיגאנטישן היכל השלחנות און היכל התורה.


דער בארימטער איש החסד ר' שי גראוכער באזוכט ביי המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, מקבל צו זיין ברכותיו הטהורות אין טאג פונעם יום הולדת פונעם משפיע, וואס איז אויסגעפאלן די וואך.


די ברכת הקודש און חובת השעה פון האדמו"ר מוויזניץ, לקראת די באפארשטייענדע קריטישע וואלן אין ארץ ישראל, איבערגעגעבן בשליחותו דורך בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א, ביים כינוס בחירות, אין שפיץ פון גדולי התורה וראשי הישיבות אין דער שטאט עפולה.


האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא שליט''א באטייליגט זיך ביים טעגליכן גמרא שיעור, וואס ווערט פארגעלערנט דורך דעם סאטמארער פילאנטראפ הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אין וויליאמסבורג.


שארפע פארדאמונג דורכ'ן מגיד מישרים, הרב הגאון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, איבער די בזיון כבוד התורה און די פגיעה אין האדמו"ר מקארלין סטאלין, וועלכער איז די וואך באווארפן געווארן מיט שטיינער דורך אזוי גערופענע קנאים.


ילדי תלמוד תורה סאטמאר ירושלים באזוכן בהיכל קדשו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א די וואך.


אריינבליק אין די מאסיווע אפעראציעס אינעם קאך פון ישיבת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואוד, וואו מ'גרייט צו איבער צוועלף טויזנט פארציעס יעדן איינציגן טאג פאר די טויזנטער בני תורה, תלמידי הישיבה.


אשי הישיבות פון בית מדרש גבוה ד'לעיקוואוד אין א טאנץ ביי א חתונה די וואך, אויף קאכעדיגע ניגוני שבת.


האדמו"ר מניקלשבורג באשיינט ביים מעמד סיום והתחלת לימוד חק לישראל, וואס ווערט פארגעלערנט טעגליך דורך זיין זון, דער בארימטער מגיד שיעור און משמח אלקים ואנשים הרב יואל לעבאוויטש שליט"א.


האדמו"ר מזוטשקא אמסנא באשיינט ביים שמחת השבע ברכות פון א חתן, זון פון יד ימינו הרה"ח ר' יואל מאסקאוויטש הי"ו.


האדמו"ר רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א, מתורת חכם, באשיינט ביים שמחת החתונה פון א טאכטער פון נאמן ביתו הרה"ח ר' אהרן בערנשטיין הי"ו, וועלכער דינט אלס דעם רבי'נס לאנג-יעריגער דרייווער.


לעבעדיגע קעדאטשקע טענץ פונעם משמח אלקים ואנשים ר' יאנקעלע קארנבליט הי"ו בחוצות ירושלים ביים תהלוכת הכנסת ספר תורה די וואך צום ביהמ"ד הגדול אהל רחל ד'סאטמאר אין ירושלים.


תגובות


bottom of page