צענדליגער סיומי הש"ס געפייערט אין ישיבת מיר לזכרו פון אומפארגעסליכן ראש הישיבה הגאון ר' נתן צבי פינקל זצ"ל
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א הערליכע מעמד לכבודה של תורה איז נעכטן נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן אין דער גרויסער מירער ישיבה אין ירושלים וואו עס איז פארגעקומען א מעמד סיומי הש''ס בבלי אין ירושלימי וואס די תלמידי הישיבה אין אברכי הכולל האבן געלערנט און מסיים געווען צענדליגע מאל, לרגל די 15'טע יארצייט פונעם אומפארגעסליכן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי נתן צבי פינקל זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אין די טעג, די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסער היכל השולחנות בחצר הקודש פינסק קארלין וואס געפונט זיך בשכינות פון די ישיבה, און איז באשיינט געווארן דורך דער זקן המשגיחים הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, במעמד אלפי תלמידי הישיבה ובני תורה אין שפיץ פון די ראשי הישיבה.
דער מעמד איז געווען באגלייט בשירה ובזמרה אנגעפירט דורך דעם בעל מנגן ר' בנצי שטיין הי"ו און כלי זמר מטובי המזמרים. אנהייב פונעם מעמד איז געהערט געווארן א דרשה נלהבה דורכן משגיח הגה"צ רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר. בהדרת כבודה של תורה האט מען דאן אנטפאנגען דעם משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, און בנוכחתו האט דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א געזאגט דעם הדרן און קדיש וואס האט נאכגעפאלגט מיט ריקודין נלהבין לכבודה של תורה.
דערנאך האט מען מכבד געווען דעם משגיח אויפצוטרעטן לכבודה של תורה ולומדיה, וואו ער האט איבערגעגעבן יסודות'דיגע דברי חיזוק פאר די אלפי בני תורה צום נייעם זמן. צום שלוס פונעם מעמד האט מען ממשיך געווען די ריקודין וואו דער ראש הישיבה איז געטאנצן מיט די מסיימים וואס האבן געהאט א חלק אין די צענדליגער סיומי הש"ס.























































































תגובות