נייע מתיבתא צאנז קלויזענבורג פאר עלטערע בחורים בוגרי הישיבה גדולה געעפענט אין קרית צאנז לעיקוואד
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי צאנז קלויזענבורג נעמען אויף די פריידיגע אנטוויקלונג איבער די גרינדונג פון א נייע מתיבתא געאייגנט פאר די מער עלטערע בחורים, די בוגרי ישיבה גדולה משיעור ד' ומעלה וואס וועלן זיך דארט משלים זיין בתורה ובחסידות נאכן פארענדיגן די שנות הלימודים אין די ישיבה גדולה.
די נייע ישיבה מתיבתא צאנז קלויזענבורג, וואס איז נתייסד געווארן אין קרית צאנז - לעיקוואד, בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, איז געווידמעט צו דינען אלס פאסיגע מקום תורה פאר די עלטערע בחורים וואס זוכן צו בלייבן אין א ריינע תורה'דיגע אטמאספערע און שטייגן ווייטער ברוחניות ובגשמיות, ביז זיי וועלן בעז"ה זוכה זיין אויפצושטעלן זייער שטיבער בעזהשי"ת.
די נייע מתיבתא וועט דינען אלס א פרישע צווייגל אין די קייט פון מוסדות התורה והחינוך דחסידי צאנז קלויזענבורג, און וועט זיין סטאנציאנירט אין קרית צאנז לעיקוואד, וואו עס וואוינען הונדערטער היימישע משפחות, ווייט אוועק פון די רוישיגע גאס. די נייע לאקאל ווערט צוגעשטעלט דורך רשת הישובות צאנז קלויזענבורג, מיט אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די בחורים אויף א רחבות'דיגן פארנעם, אלס א געשמאקע מקום תורה אין א ווארעמע חסידישע אטמאספערע.
על פי הכוונתו פונעם רבי'ן איז אויסגעקליבן געווארן א חשובע שטאב פון מרביצי תורה, מגידי שיעור און משפיעים, ספעציעל צוגעפאסט פאר די בחורים צו שטייגן בתורה ויראת שמים דורכאויס די וואך, ווען די שבתים וועלן די תלמידי המתיבתא מיטהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אין בארא פארק.






תגובות