top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנגרעסמאן לאולער אויפגענומען דורך הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בן האד' מוויזניץ צו די בעפארשטייענדע וואלן

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין בעפארברייטונג צו די קריטישע וואלן אין אמעריקע, האט דער קאנגרעסמאן מייק לאולער דעם מאנטאג אפגעשטאט א באזוך אין די אכסניא פון הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן אין מאנסי אין שטוב פון הרה"ח ר' ישכר בער איילענדער הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ, מיט די אנוועזנהייט פון א צאל חשובע עסקנים און אישי ציבור.


ביי די אויפנאמע האט הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א גערעט אויף אידיש, וואס איז איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש דורך דער וויזניצער עסקן הר"ר לייבל בערקא הי"ו. ער האט ארויסגעברענגט די חיוב פון הכרת הטוב, בפרט ווען די רעדע איז פון א רבים, נעמליך די טויזנטער אידישע איינוואוינער אין מאנסי, וועלכע זענען כסדר נהנה פונעם קאנגרעסמאן, דארף מען דאס אנערקענען און מכיר טובה זיין. ער האט אויך דערמאנט די היסטארישע באזוך פון די גדולי האדמור"ים ביים פרעזידענט אינעם ווייסן הויז, האט דער קאנגרעסמאן זיכער געמאכט צו זיין אנוועזנד, אלס פארטרעטער פון די אידישע געמיינע אין אפסטעיט.


דער קאנגרעסמאן האט דערנאך גערעדט און באדאנקט אלע עסקנים פאר די שיינע אויפנאמע, מיט א באזונדערן דאנק פאר הר"ר חיים מאיר מארקאוויטש און הר"ר שמעון וויזל, וועלכע זענען צווישן די טעטיגע עסקנים וועלכע זענען אקטיוו אין די וואלן.


ביים ענדע פונעם באזוך איז דער קאנגרעסמאן פארבליבן פריוואט אין צימער מיט הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, וואו זיי האבן דורכגעשמועסט פארשידענע אנגעלעגנהייטן לטובת הכלל והפרט.



תגובות


bottom of page