top of page
היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות ה


בשלום אחיך: רבנישע זיצונג אין ווייסן הויז פארוואנדלט אין היסטארישע באגריסונג צווישן האחים האדמורי"ם מסאטמאר
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שלום רב לאוהבי תורתך, וישאלו איש לרעהו לשלום! די חסידי'שע וועלט לעבט מיט היסטאריע ווען דער באזוך פון די גדולי האדמורי"ם ביים אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישע שריט פון שלום ואחדות צווישן די רועי ישראל כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וועלכע האבן, אנקומענדיג צום ווייסן הויז זיך ווארעם באגריסט מיט א פריינטליכע ברידערליכקייט ואהבה ואחוה. די געשרפעך פון טאג ביים היימיש


נאסטאלגיע • האד' מסאטמאר ביים פארזאגן די תפילה לשלום המלכות ביי אויפנאמע דורך פרעזידענט בוש אין יאר תשנ"ב
דינסטאג פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


אלע דעטאלן ארום היסטארישע זיצונג דורך פירנדע אדמור"ים וראשי הישיבות ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג זענען אויסגעקלארט געווארן פרישע דעטאלן איבער דער היסטארישע איינלאדענונג וואס דאס ווייסע הויז האט געשיקט פאר א צאל גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א אויף אן אודיענץ מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה. די זיצונג איז געפלאנט פארצוקומען די וואך דאנערשטאג נצבים-וילך אינעם אוועל אפיס. די איינלאדענונגען זענען געמאכט געווארן טעלעפאניש דורכ'ן ווייסן הויז אידישער ליעזאן מארטין מארקס, וועלכער ארבעט שוין לאנגע חדשים אויף די זיצונג. לעת עת


האד' מסאטמאר רעדט צו תלמידי המתיבתא איבער בעפארשטייענדע אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שבת קודש בשעתן עריכת שלחן הטהור מיט די תלמידי המתיבתא אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א גערעט צו די בחורים איבער די איינלאדענוג וואס ער האט ערהאלטן אינאיינעם מיט נאך גדולי האדמור"ים פונעם ווייסן הויז צו אפהאלטן אן אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק דרשו את שלום העיר, דרשו את שלום המלכות, און געזאגט אונז לעב מיר דא ב"ה אין א מלכות של חסד, די רעגירונג לעבט דא ב"ה גוט מי


שארפע ארויסטריט דורך האד' מסאטמאר איבער התגרות באומות אקעגן דעם ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר שארפע דיבורים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נעכטן זונטאג נאכט ביים סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א האט מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די לעצטע אויפשטייג פון התגרות באומות דורך היימישע און חסידישע אידן אקעגן די מעיאר פון ניו יארק סיטי זאהראן מאמדאני. דער סאטמארער רבי שליט"א האט ציטירט וואס ירמיה הנביא זאגט אין פסוק 'דרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה', ערליכע אידן דארפ


גינסטיגע דערגרייכונג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק נאך זיצונג דורך גדולי האדמור"ים מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט יהדות אמעריקע אויפגענומען מיט פרייד די גוטע נייעס אז וויכטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר חינוך, וועלכע טוט גאר שטארק ארויסהעלפן דעם עקזיסטענץ פון היימישע מוסדות און ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ב"ה אפגעראטעוועט געווארן, און וועט ווייטער בע"ה אנקומען צו די מוסדות און ישיבות, און ערמעגליכן די מוסדות צו ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עוז. דער זארג האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מיט א יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן פרע


ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין קרית יואל צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג. דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם קרית יואל בלאק וואוט אויף זיין זייט. אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען די חשובע עס


אידישע ליעזאן צו פרעזידענט טראמפ איז מנחם אבל האד' מסקווירא אויף אינציאטיוו פונעם פרעזידענט
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגן מיטוואך פארמיטאג איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א פערזענליכן בריוו פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה, אין וועלכן ער דריקט אויס זיינע געפילן פון מיטלייד נאך די פטירה פונעם רבינס איינציגן שוועסטער, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה. דער בריוו איז איבערגעגעבן געווארן דורך דורך דער אידישער לעיזאן אין די טראמפ אדמיניסטראציע און ספעציעלע געהילף צום פרעזידענט מארטין מארקס וועלכע האלט אן נאנטע פארבינדונגען מיט ד


שרי המלך: אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ מארטין מארקס באזוכט ביי האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין די וואך מיטוואך האט דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און פון די הויכראנגיגע באאמטע אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל. העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחינו בני ישראל למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בי


ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסקווירא צו די בעפארשטייענדע וואלן
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די יעצטיגער טעג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסקווירא שליט''א דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין שיכון סקווירא צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג. דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם סקווירער בלאק וואוט אויף זיין זייט. אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען


בבית המלך: פריינטליכע באזוך פון רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר ביי פרעזידענט פוטין
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש דער רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר שליט"א איז נעכטן מיטוואך, י' שבט, אין טאג פון די הילולא קדישא פונעם רבי'ן דער ריי"ץ מליובאוויטש, אויפגענומען געווארן אינעם בית המלוכה פונעם רוסישן פרעזידענט פוטין, וועלכער האט פארברענגט מיט אים אויף א פריינטליכן פארנעם און אויסגעדרוקט סימפאטיע און גרייטקייט צו שיצן אויפ'ן וואוילזיין פון די אידן אין רוסלאנד. דער פרעזידענט האט אנגעהויבן אז אין די וועלט צייכנט מען היינט אפ דעם יום הזכרון פון די צוויי


דבר המלך: פרעזידענט טראמפ יר"ה אפגעשיקט בריוון צו מעמדי הודאה לרגל כ"א כסלו בחצרות הקודש סאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישער שריט האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ יר"ה אפגעשיקט צוויי בריוון אדרעסירט צו די רבבות סאטמארער חסידים וואס האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען ביי די מעמדי הודעה לרגל כ"א כסלו דער יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג. די בריוון, נכתב ונחתם בטבעת המלך, זענען פארגעליינט געווארן ברוב עם ביי ביידע מעמדים וועלכע זענען פארגעקומען אין די וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, א


קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו בעפארשטייענדע 2026 וואלן
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קאנגרעסמאן "פעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן. דער קאנגרעסמאן איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. בין הדברים האט מען באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, וואו דער רבי שליט"א


שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסקווירא
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN א מלכות'דיגע אויפנאמע איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, וועלכער האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין ראם פון זיין באזוך אין די ראקלענד קאונטי אומגעגנט אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער אנטיילצונעמען ביי עטל


מארק וואלקער פרעזידענט טראמפ'ס אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר טרעפט זיך מיט ראש הישיבה הגרמ"ה הירש
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א פראדוקטיווע זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א אין בני ברק וואו עס איז אריבערגעקומען מר מארק וואלקער, וועמען פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס נארמינירט און געשטעלט אלס דער אמבאסאדאר פאר רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אלס קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם, וואס ווערט לצערנו לעצטנס מער און מער פארשפרייט. דער אמבאסאדאר איז געקומען צו פארן פון זיין היימארט נארט קאראליינע א


ראשון לציון הגר"ד יוסף שליט"א באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי אין בוענאס איירעס
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי, זייענדיג צוגאסט אויף א ביקור חיזוק אין די אידישע קהילה און ארגענטינא. דער פרעזידענט וואס איז ברייט באקאנט אלס א אידן ליבהאבער האט אויפגענומען דעם רב ביי א בכבודיגע אויפנאמע אין זיין רעזידענץ אין בוענאס איירעס, וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד הרב יצחק סאקע פרעזידענט פון די צענטראלער מנורה קהילה אין שטאט, און דער מדינת ישראל א


נאסטאלגיע • געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קאומא באזוכט ביי האד' מסאטמאר | חשון תש"ע
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ שיקט פערזענליכן בריוו צו האד' מבאבוב 45 לכבוד חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז פארעפנטליכט געווארן די נייעס איבער א העכסט היסטארישער בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פערזענליך אפגעשיקט צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דער בריוו אונטערגעשריבן דורכן פרעזידענט זעלבסט איז אנגעקומען צום רבי'ן דורך העסקן ר׳ דוד כץ הי"ו דער עקזעקוטיוו פארזיצער פון די ׳איזראעל העריטעזש פאנדעישאן׳. אין די בריוו אדרעסירט דירעקט צום רבי'ן טוט דער פרעזידענט באגריסן דעם רבי׳ן לכבוד די חנוכת הבית פ


bottom of page
