top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שר בית הסוהר: הויכראנגיגער ווארדן פון אוטעסוויל טורמע באזוכט אין קרית יטב לב - בלומינגבורג

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א גאר פראדוקטיווע און באדייטנדע באזוך איז פארגעקומען דעם נעכטן מיטוואך אין קרית יטב לב, דורך דעם הויכראנגיגן פעדעראלן ווארדן פון די אוטיסוויל תפיסה, מר. עריק ריקארד. באגלייט דורך דעם לעגענדארן עסקן ושתדלן הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו און ר' דוד כ"ץ פון די UJO ארגאניזאציע, אינאיינעם מיט די לאקאלע ווילעדזש באאמטע און די "יחד" עסקנים.


דער הויכפונקט פונעם באזוך איז געווען א ספעציעלע זיצונג אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק קרית יטב לב שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו מען האט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן איבער די נויטיגע געברויכן אין די תפיסות, און מען האט אויפגעברענגט פארשידענע פלענער וויאזוי מען קען פארבעסערן דעם מצב פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה. דער רב שליט"א האט אויסגעדריקט זיין דאנק פארן ווארדן פאר די גאר פאזיטיווע טוישונגען לטובה וואס זענען איינגעפירט געווארן לטובת יושבי חושך וצלמות, און האט באזונדער משבח געווען הרה"ח ר' משה דוד שיחי' פאר זיינע אומערמידליכע לייסטונגען לטובת הכלל און בפרט פאר די מצוה רבה פון פדיון שבויים.


פריער אין טאג איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין ווילעדזש האל, וואו מען האט אויסגעשמועסט גאר וויכטיגע נושאים בנוגע די תפיסה אנגעלעגנהייטן. ביי דער געלעגנהייט האט די ווילעדזש פירערשאפט באהערט דעם ווארדן אלס אנערקענונג פאר זיין אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט און זיין טיפן פארשטאנד צו די ספעציעלע געברויכן פון היימישע אידן. דערנאך איז מען אריבער באזוכן די בניני המוסדות, וואו דער ווארדן איז שטארק באגייסטערט געווארן צו זען דעם נאבלען חינוך על טהרת הקודש.


פון דארט איז מען ווייטער געגאנגען צום הצלה גאראדזש, וואו האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פילע ארגאניזאציעס און חסד אפאראטן אין די שטאט. דערנאך איז מען אריבער צום נייעם ביהמ"ד הגדול. צום שלוס האט דער ווארדן אויסגעדריקט זיין גרויסע התפעלות פונעם שנעלן וואוקס און בלי פונעם שטאט און אירע פילע הערליכע פאסיליטיס וואס זענען אהערגעשטעלט געווארן, און בכלל איבערן איידעלן און קוואליטעט לעבנסשטייגער ביי כלל ישראל.



תגובות


bottom of page