top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אהבת קדומים: האד' ממאחנובקא בעלזא וועט מיטהאלטן שבת עילאה בצל ש"ב האד' מסקווירא

לפני 24 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברגשי עילאה און טיפע געגועים ווערט אויפגענומען בחצרות הקודש סקווירא און מאחנובקא בעלזא איבער א היסטארישן שריט וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס וועט מיטלעבן א שבת קודש לה' בצלא קדישא פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בקרית מלך רב שיכון סקווירא דעם קומענדיגן שבת פר' תולדות.


די נאנטשאפט און התקשרות פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא קיין סקווירא גייט צוריק נאך כד הויא טליא, ווען דער רבי איז אלס נאנטער קרוב נתגדל געווארן על ברכיו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע ווי אן אייגן קינד, נאך פון די יונגע שנות הבחרות האט ער זוכה געווען צו טרינקען מבארו הטהור, זייענדיג א תלמיד פון די ישיבה הקדושה אין שיכון סקווירא, און האט אלע יארן ווייטער אנגעהאלטן דעם קשר אמיץ וחזק מיט בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


במשך די יארן האט דער מאחנובקא בעלזא רבי שוין מערע מאל אויסגעדרוקט זיין שאיפה לעשות את השבת און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת עילאה בצל הקודש פון האד' מסקווירא, און אצינד וועט דער רבי דאס אויספירן מכח אל הפועל, און מיטלעבן אלע תפילות און טישן בצל הקודש כעבדא קמי' מרא.


דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין ניו יארק קומענדיגע אנהייב וואך פר' תולדות, לכבוד די שמחת הברית ביי איינעם פון די גאר נאנטע מקורבים אין ניו יארק, הרב חיים יצחק ענגלענדער הי"ו, אייניקל פון הנגיד החסיד הישיש ר' אליש ענגלענדער שליט"א מיושבים ראשונה במלכות אין חצה"ק מאחנובקא בעלזא, און דערנאך וועט דער רבי אנקומען קיין שיכון סקווירא און מיטהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש.


דאס ברענגט אויף גרויס געגועים און התרגשות ביים עלטערן דור חסידי סקווירא, וועלכע האבן זוכה געווען צו לערנען מיט'ן רבי'ן בשנות הנעורים, און ס'וועט אצינד אויפגעפרישט ווערן דער אהבת קדומים וקשרי ידידות די לעכטיגע זמנים בהלו נר הרה"ק מסקווירא זי"ע על ראשינו.


דער רבי וועט אנקומען אין באגלייטונג פון א שיינע קבוצה חסידי מאחנובקא בעלזא פון ניו יארק וואס וועלן מיטלעבן דעם זעלטענעם שבת, און מטעם די עסקנים אין שיכון סקווירא ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות צו אראנזשירן די פילע אש"ל און הכנסת אורחים פאר די חשוב'ע געסט, ובפרט ווערן שוין געמאכט די פאסיגע הכנות אויפצונעמען דעם אורח הדגול האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא ביותרת הכבוד כראוי וכיאות.

תגובות


bottom of page