top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה דורך האד' מסאטמאר אין נייעם רחבות'דיגער צענטער פון "חברים קרית יואל"

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ

א גייסטרייכער מעמד "קביעת מזוזה" איז אפגעראכטן געווארן אין קרית יואל, ווען דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט קובע געווען די מזוזה על פתח השער פון דעם נייעם הויפטקווארטיר פון די בארימטע "חברים" ארגאניזאציע, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אויף די עיקערס גאס, אנהייבנדיג א פרישע עפאכע פון חסד צווישן די תושבי העיר פון אלע געגנטער.


דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה אויפ'ן טויער ביים אריינגאנג צום בנין, און גלייך דערויף האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל די שמחה.


בשם די וואלונטירן האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, און דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען דברות קוןדש און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די חברים וואלענטורן וועלכע העלפן ארויס אידן אין אלע צייטן און אין אלע מצבים וואס דאס איז די מדה פון אברהם אבינו און איז משפיע חסד ורחמים פאר יעדן איינעם, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א וועלכע איז עומד בראש פון די ארגעניזאציע בדבר ה' זו הלכה און מאכט זיכער אז יעדע דבר קטן וגדול איז אויסגעהאלטן אינגאנצן און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אין אלע צימערן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די ראשי הארגון.



תגובות


bottom of page