top of page
חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל ארבעטן אויס לעצטע דעטאלן פון נייעם תקנות חתונה-זאל
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג זיצט די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל אויף העפטיגע באראטונגען איבער די לעצטע דעטאלן פון דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן אין די נאנטע צוקונפט אינעם בנין הבית רחל החדש בנין קליין, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן חתונות פאר דעם זעלבן שטוינענד ביליגן פרייז וויפיל עס קאסט א חתונה אין די בארימטער כינור דוד זאל אין שטאט. ווי די עסקנים גיבן איבער וועט דער נייער זאל זיין אהערגעש


האד' מסאטמאר ביים מסיבת לחיים לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק מצאנז זי"ע בעל דברי חיים
פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג טהרה העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים נאכן דאווענען לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו מרן הרה"ק מצאנז זי"ע וואס איז אויסגעפאלן בו ביום כ"ה ניסן, דער רבי האט דערביי דערציילט א שלל פון סיפורים און עובדות פונעם בעל ההילולא, בשגב קדושתו ובגודל עבודתו וואס איז געווען למעלה מדרך הטבע.


הילולא קדישא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע אפגעהאלטן דורך אלפי חסידי סאטמאר בצל בנו האד' מסאטמאר
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער האבן פארגאנגענעם מאנטאג כ"ו ניסן אפגעצייכנט די 20'טע הילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט. אנגעהויבן


ווידיאו • האד' מסאטמאר פראקלאמירט נייע דירות פראיעקטן אין "מאנטיסעלאו" פאר בלויז "$200" א סקווער פיס
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: י. שטיין


שמחה של מצוה: היסטארישער מעמד "מסירת מתנה כהונה" אפגעראכטן דורך האד' מסאטמאר במעמד אלפי ישראל
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט א שמחה של מצוה האבן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר פארגאנגענעם מאנטאג חול המועד פסח מיטגעהאלטן דעם היסטארישן מעמד "מסירת מתנת כהונה" ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט ברבים מקיים געווען די גרויסע מצוה פון זייענדיג דערביי די געלעגענהייט פאר'ן גאנצן ציבור מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון קיום המצוה וואס קומט זעלטן אויס מקיים צו זיין. דער מעמד מסירת מתנות כהונה איז געווען דער הויכפונקט פונע


האד' מסאטמאר אנאנסירט פאר יהדות הנאמנה אין ברוקלין: דירות פראיעקטן אין מאנטיסעלאו פאר בלויז $200 א סקווער פיס
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן ביים סעודת הילולא רבתי אין שטאט קרית יואל לכבוד די צוואנציגסטע יארצייט פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי''ע האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנאנסירט א היסטארישע דורכברוך פאר תושבי ברוקלין פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע פלאגן זיך מיט די גאר הויכע דירות פרייזן, און טייערע דירה שטייערן, און מבשר טוב געווען איבער א הערליכער עתיד אין דער קומענדיגער עיר ואם בישראל מאנטיסעלאו אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק. דער רבי האט דערצי


וּמַצּוֹת אָפָה • געהויבענעם יום טוב פסח זמן חרותנו אין סאטמארער הויף
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין ואיצי מ


היסטארישע חלוקת הירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע וועט צושטאנד קומען לקראת די 20'סטע יומא דהילולא
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז ווערט אויפגענומען די היסטארישע נייעס ביי רבבות חסידי סאטמאר אלוועלטליך, אז לקראת דער צוואנציגסטער יומא דהילולא קדישא פון הרה״ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע, איז מען געקומען לעמק השוה צו צעטיילן די ירושה, מורשת צדיק, פון רבי׳ן זצ״ל, בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפחת המלוכה, האחים האדמורי"ם מסאטמאר, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. די ירושת הצדיק נעמט אריין אין זיך פילע צענדליגער גא


תמיכה גדולה פון האלב-מיליאן דאלאר פארטיילט דורך האד' מסאטמאר פאר תלמידיו וחסידיו בארה"ק לכבוד יום טוב
זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ראשי והנהלת ק''ק סאטמאר בארה''ק, ירושלים, בני ברק און בית שמש, דרוקן זיי אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק. אזוי ווי במשך די לעצטע פאר יאר, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענד


האחים אדמורי"ם מסאטמאר שליט"א ביי קביעת מזוזה פאר נייע "מטיב האלסעיל גראסערי" אין וויליאמסבורג
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין אינעם נייעם "מטיב האלסעיל געשעפט" אין וויליאמסבורג איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן צוויי גייסטרייכע מעמדי קביעת מזוזה דורך האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א. די נייע מטיב לאקאל אין וויליאמסבורג, שפאנט פאראויס נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע דורכברוך פונעם "מטיב גראסערי" וואס אפערירט שוין אין שטאט קרית יואל די לעצטערע פאר יאר, ווי עס ווערט פארקויפט רוב גראסערי פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, ארויסצוהעלפן קינ


היסטארישע מעמד מסירת מתנות כהונה דורך האד' מסאטמאר וועט אפגעראכטן ווערן חוה"מ פסח אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר זענען איינגעהילט אין א זעלטענעם עקסטאז און התרגשות, זיך גרייטנדיג מיטצולעבן דעם מעמד נהדר ומרומם פון מסירת מתנות כהונה, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומעדיגן מאנטאג ג' דחול המועד פסח הבעל"ט, דורכ'ן רועה ישראל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ברוב עם הדרת מלך ובשמחה של מצוה, אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. דער מעמד מסירת מתנות כהונה וועט זיין דער הויכפונקט פונעם יום טוב, ווען קהלא קדישא אלופי אלפ


קביעות מזוזות און ביקור קודש פון האד' מסאטמאר אין די נייע אפיסעס פון RCCS אין קרית יואל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א באזוך און געקלאפט מזוזות אין די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון די בארימטע מוסד 'רופא חולים – RCCS'. דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורכן מייסד ומנהל המוסד הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויפ'ן צענטראלן טיר. דאן איז דער רבי ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ פון די אפיסעס, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען אפטיילונ


קביעת מזוזות אין נייע העריטעדש זילבער געשעפט אין וויליאמסבורג דורך האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון העריטידזש זילבער אינעם דאבעליו מאלל אין שטאט, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד החסיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו ביידע מחשובי חסידי סאטמאר. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט


מעמד "טחינת חטים" ערשטמאליג אפגעהאלטן אויף גרעסערן פארנעם דורך האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם דאנערשטאג נאכן פארלערנען די שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל אין קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה וואס איז גענציך ריין פון חמץ, ווי די בחורים זענען די טעג עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט. כמידי שנה בשנה זינט דער רבי שליט"א איז עומד על משמרתו בקודש אלס רב אבדק"ק אין קרית יואל טוט ער מאלן די ווייץ אינאיי


בונים פון נייע מקוה החדש אין ק"ק סאטמאר לינדען הערן טיפזיניגן שיעור בהלכות מקוואות פון האד' מסאטמאר
זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרעסערער צאל נדיבים בעם האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם לענגערן שיעור נפלא בהלכות מקוואות וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען פארלאפענעם מוצש"ק כי תשא, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט במשך נאנט צו אנדערהאלבן שטונדן פארגעשטעלט דעם פונקטליכן סדר פון בויען א מקוה מיט אלע הידורים, וואס איז געווען א זעלטענער איבערלעבעניש פאר די פילצאליגע משתתפים. די משתתפים ביי דעם שיעור זענען געווען די קרואי מועד נדיבים בעם וואס זענען נמ


לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה • ימי משתה ושמחה יום טוב פורים בחצה"ק סאטמאר
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


הרבנית מסאטמאר תליט"א קויפט אפ זכות "שם ההיכל" אין ישיבת דרך התורה דסאטמאר; "היכל ישועות משה"
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש איבערראשענדע נייעס ווערט אויפגענומען צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, איבער די היסטארישע קנין זכות וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט אפגעקויפט אויפן נייעם היכל אין בנין "ישיבת דרך התורה ד'סאטמאר", וואס וועט ווערן אנגערופן "היכל ישועות משה" לשמו ולזכרו פונעם היינטיגן בעל ההילולא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל. די בשורה מרנינה איז געמאלדן געווארן היינט מאנטאג כ' אדר, ווען חתנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א געמי


עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר התומכים פון מוסדות סאטמאר מאנסי אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער א געקליבענער ציבור נגידים ומחזיקים תומכים נלהבים פון די סאטמארער מוסדות אין מאנסי, האבן פארלאפענעם מוצש"ק מיטגעהאלטן דעם רייכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ביי דער געלעגענהייט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם הערליכן בליה און וואוקס פון די שיינע מוסדות. די מסיבה איז איינגערישט געווארן אויף אן עלעגאנטן פארנעם אין די


ווידיאו • יום טוב פורים בחצר הקודש סאטמאר
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט מערכת בצל הקודש


שטארקע דברי מוסר והשקפה געהערט פון האד' מסאטמאר איבער זיך פרייען מיט נצחונות פון ציונים
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר האבן געהערט דעם קול ה' בכח וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען די וואך ביי שלש סעודות איבער די ביטערע נסיונות וואס הויערט אויף דעם יהדות החרדית אין די יעצטיגע שטורמישע טעג, ווי דער רבי האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן אזעלכע וואס פרייען זיך מיט די נצחונות פון די "עגל הציוני", ארויסברענגענדיג דעם שרעקליכן חורבן וואס דאס קען ברענגען אויף כלל ישראל. דער רבי שליט"א האט דערציילט א סיפור וואס ער געדענקט


bottom of page
