היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פונעם ברך משה זי"ע פארבארגט צווישן ביידע סאטמארער הויפן
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג די היסטארישע ירושה צוטיילונג און די נאכפאלגנדע אנטוויקלונגען להרבות שלום וריעות צווישן די סאטמארער הויפן, האבן האחים האדמור"ים מסאטמאר, פארבארגט איינער פארן אנדערן היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, צו קענען זיך באנוצן דערמיט דורכאויס יום טוב, לעורר זכות אבות.
די טויש איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת שובה אין שטוב פונעם לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו אין וויליאמסבורג ביי וועלכן דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פארבארגט פארן יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די גאלדענע בעכער פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס דער רבי האט דעם זומער באקומען בירושה, ווען אין אויסטויש האט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג פארבארגט דעם ספר תורה פונעם רבי'ן דער ברך משה, מיט וואס דער רבי וועט אי"ה פראווענען די ההקפות דעם יום טוב שמחת תורה.











תגובות