חסידי סקווירא אין אנטווערפען אונטערן טיפן רושם נאך געהויבענעם באזוך דורך הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ. JDN
חסידי סקווירא אין אנטווערפן זענען די טעג נאך אונטערן געהויבענעם רושם, נאכ'ן מיטלעבן דעם שבת מרומם בצל הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן קיין אנטווערפן, מפאר צו זיין בראש ביים שבת וואס איז געפראוועט געווארן דורך חסידי סקווירא תושבי העיר.
דאנערשטאג צופרי איז הרה"צ רבי יצחק שליט"א אנגעקומען קיין אנטווערפן. ביים אנקומען אין עירפארט איז ער אפגעווארט געווארן דורך א משלחת נכבדה מחשובי הקהילה, און איז תיכף אריבער צום שטיבל דחסידי סקווירא וואו ער האט געדאוונט שחרית און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו א גרויסער ציבור האט שלום גענומען פונעם געהויבענעם גאסט. דערנאך איז ער צוגעפארן לבית אכסניא ביי הרה"ח ר' נחום ברוין הי"ו.
שפעטער האט ער קובע מזוזות געווען ביי עטליכע חסידים, און באזוכט ביים דיין הקהילה הרה"ג רבי יעקב יוסף ברייאר שליט"א. נאך מעריב אינעם שטיבל איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, ביי וועלכן מען האט געהערט א שיינעם שמועס פונעם גאסט שליט"א בעניני אחדות והתקשרות לצדיקים.
אויף שבת איז דער גאנצער ציבור חסידי סקווירא, אברכים, בעלי בתים וזקני העדה, ארויסגעפארן צום ספעציעל אפגעדינגענעם קאמפלעקס, די גרויסע ווילרייקע ישיבה מחוץ לעיר, וואו דער שבת איז געפראוועט געווארן, צוגעשטעלט מיט אלע געברויכן און באקוועמליכקייטן ווי עס פאסט זיך פאר אזא עדה קדושה.
בכניסת השב"ק האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת דער דיין הקהילה הרב יעקב יוסף ברייאר שליט"א, און קבלת שבת האט געדאוונט הרה"צ רבי יצחק שליט"א. נאכ'ן דאווענען איז מען דורך זאגן גוט שבת פארן געהויבענעם גאסט שליט"א.
נאכ'ן דאווענען האט מען אינאיינעם געפראוועט די סעודת חקל תפוחין וואס האט זיך פארצויגן שעות-נאכאנאנד מיט זמירות שירות ותשבחות און געהויבענע דרשות ודברי תורה. הרה"צ רבי יצחק שליט"א האט פארגעזאגט "כל מקדש", און שפעטער משמיע געווען א לענגערן שמועס בדברי חיזוק והדרכה אויף עניני תפלה, קדושה, מנהגי קודש, התקשרות לצדיקים און נאך. אזוי האט מען געהערט די דרשות פון אנדערע בעלי דרשנים שליט"א.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"צ רבי יצחק שליט"א, און דערנאך האט מען געפראוועט א געהויבענעם מסיבת מרעים, ביי וועלכן ר' יצחק האט דערציילט סיפורים יארצייטן און גערעדט זכרונות מימי קדם, פארברענגענדיג ביז צוויי אזייגער ביינאכט.
שבת אינדערפרי ביים ליינען האבן עולה געווען די עסקני השבת, און רבי יצחק שליט"א האט געהאט הוצאה והכנסה, עולה געווען שישי, געבענטשט חודש און געדאוונט מוסף. ביי די סעודה שבת אינדערפרי האט מען ווייטער געהערט די דרשות פון די חשוב'ע בעלי דרשנים שליט"א, צווישן זיי א פאנעל מיט די מייסדי השטיבל זקני החסידים, און נאכן סעודה האט מען געדאוונט מנחה.
גאר געהויבן איז דערנאך געפראוועט געווארן דער שלש סעודות ווען רבי יצחק שליט"א האט געגעבן א לענגערע שמועס בענינים הצריכים חיזוק. נאכ'ן ממשיך זיין די אנדערע זמירות, באגלייט מיט ניגוני שמחה און ריקודין, האט רבי יצחק געבענטשט על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה פאר'ן גאנצן ציבור, און ממשיך געווען ריקודין, און זיך צוריקגעפארן צום אכסניא אין אנטווערפן.
מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מסיבת מלוה מלכה אינעם סקווירא שטיבל, מיט שיינע דרשות און שמועסן.
זונטאג צופרי נאכ'ן דאווענען איז הרה"צ רבי יצחק שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון איינע פון די עלטערע בעלי בתים דחסידי סקווירא, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת פת שחרית צוזאמען מיט די זקני החסידים. במשך דעם טאג האט דער געהויבענער גאסט שליט"א באזוכט ביי הגה"צ רבי עמרם העניג שליט"א, דיין אין קהל מחזיקי הדת. אזוי אויך זענען אריינגעקומען צום אכסניא א חשוב'ע משלחת מטעם מוסדות וויזניץ ווי אויך א משלחת פונעם שטאטישן תלמוד תורה אין אנטווערפן, וועלכע זענען געקומען אפגעבן שלום פאר'ן חשובן גאסט שליט"א.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען א ספעציעלער מעמד פאר די ילדי תשב"ר. הרה"צ רבי יצחק שליט"א האט משמיע געווען א ווארעמען שמועס פאר די קינדער בדברי חיזוק והדרכה, און דערנאך זענען אלע קינדער דורך פאר'ן גאסט איבערגעבן זייערע קבלות טובות, ווען דער גאסט האט פארטיילט לעקעך פאר אלע קינדער, און פאר די עלטערע קינדער אויך פארטיילט דעם ספר "נתיבות קודש" לחנוכה אויף אידיש מתורתו פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, און פארגעלערנט פאר זיי דאס ערשטע שטיקל אינעם ספר.
שפעטער איז פארגעקומען א באזונדערער מעמד פאר די עלטערע מיידלעך וואו מען האט געהערט א שמועס, און ביינאכט נאך מעריב איז פארגעקומען א באזונדערע מעמד פאר די בחורי חמד, ביי וועלכן רבי יצחק האט משמיע געווען א שמועס און פארטיילט פאר די בחורים דעם ספר "נתיבות קודש".
מאנטאג אינדערפרי נאך שחרית אינעם סקווערער שטיבל, האבן די עסקני הקהילה ארומגעוויזן הרב יצחק אויף דעם שטח ארום דעם ביהמ"ד וואו מען גייט יעצט בויען די נייע מהודר'דיגע מקוה טהרה.
נאכמיטאג איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד "יציקת הבורות" בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים ותושבי העיר. ביים מעמד האט אויפגעטרעטן הרב ישעי' שלום רוקח שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון לאנדאן בשליחות פון זיין פעטער, הנגיד רבי נחום זלמן רוקח הי"ו וואס האט מנדב געווען די מקוה לעילוי נשמת כ"ק אדמו"ר מזאלאשיץ זצ"ל פון אנטווערפען. דערנאך האט הרה"צ רבי יצחק שליט"א פארגעזאגט די מזמורי תהילים כנהוג, און שפעטער צוגעגאנגען צו גיסן דעם צימענט, אריינלייגנדיג די מטבעות וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ספעציעל מיטגעשיקט צום מעמד. דערנאך האט מען מכבד געווען די חשוב'ע רבנים ודיינים שליט"א, און שפעטער איז דער גאנצער ציבור צוגעגאנגען צו גיסן.
נאכמיטאג איז הרה"צ רבי יצחק שליט"א אנגעקומען צום סקווירא כולל, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די סדרי הלימודים. שפעטער איז פארגעקומען א געהויבענער מעמד "כבוד התורה", ביי וועלכן מען האט געהערט שיינע דרשות פון די ראשי הכוללים שליט"א און פונעם געהויבענעם גאסט.
דערנאך איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש צוזאמען מיט א מעמד הוקרה פאר די נדיבים וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת די נייע מקוה טהרה, אין איינע פון די זאלן אין שטאט. די פארזאמלטע האבן געהערט א ווארעמען שמועס פונעם אורח הרם שליט"א בעניני צדקה ובשבח הנדבן, און צום שלוס האט רבי יצחק פארטיילט פאר די משתתפים דעם ספר "אוהלי שם" וואס איז לעצטנס ארויסגעגעבן געווארן לאור עולם מתורתו פונעם זאלאשיצער רבי'ן זצ"ל. נאכ'ן מעמד איז הרה"צ רבי יצחק שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס מעניני יום טוב חנוכה און נאך.
אויפדערנאכט איז אינעם סקווערער ביהמ"ד אפגעראכטן געווארן א גרויסער סעודת ראש חודש לכל הקהל הקודש לכבוד דעם מעמד יציקת הבורות, באגלייט מיט כלי זמר. במשך די סעודה זענען נתמנה געווארן עטליכע וועדות אינערהאלב די קהילה, וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט די פארשידענע עניני הקהילה והביהמ"ד, און דער גאנצער ציבור איז דורך אויף לחיים.
דינסטאג אינדערפרי, נאכ'ן דאווענען שחרית הלל און מוסף לכבוד ראש חודש, האט זיך הרה"צ רבי יצחק שליט"א ארויסגעלאזט מיטן באן צום עירפארט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין אמעריקע, איבערלאזנדיג הויפנס מיט חיזוק וואס וועלן אויף לאנג געדענקט ווערן צווישן חסידי סקווירא תושבי אנטווערפן.






















































תגובות