top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

לפני 6 שעות
זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, טאנצט מיט א שטריימל און בעקיטשע ביי א חתונה פון א תלמיד א יתום די וואך.


א ספרים-געשעפט אין קרית יואל האט ארויפגעשטעלט די ספרים פון ביידע ברידער כ"ק האדמו"רים מסאטמאר שליט"א זייט ביי זייט אויף דער אויבערשטער פאליצע, וואס האט ארויסגערופן אינטרעסע ביי די פילע איינקויפער.


דעם דינסטאג פארטאגס, נאכן גרויסן חתונה בחצר הקודש באבוב, איז האדמו"ר מבאבוב אנגעקומען אויף א פלוצעמדיגן באזוך אין ביהמ"ד הגדול, פערזענליך צו באדאנקען די עסקנים, וועלכע האבן געארבעט אומערמידליך צוריקצושטעלן דעם בית מדרש על מכונו, כדי עס זאל זיין גרייט פאר תפילת שחרית קורצליך דערנאך.


די פליסיגע ארבעט דורך אן ארמיי פון עסקנים ביים צוריקשטעלן דאס ביהמ"ד על מכונו אין בלויז געציילטע שעה.


רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א ווערט געזען זיצן מיט דער סאטמארער פילאנטראפ ר' יואלי לאנדא און זיין שותף דוד געפנער אינאיינעם מיט דער רעדאקטאר פון משפחה מאגאזין ר' אריה ארליך.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א באגעגעניש מיט המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי א שמחה די וואך אין בארא פארק.


התרגשות'דיגע בילד פון האדמו"ר מבעלזא מיט די אייניקלעך און אור אייניקלעך אונטער'ן טלית ביי ברכת כהנים, בעפאר די שמחת הברית פון אן אור אייניקל, היניק יהושע ני"ו,זון פון נכדו הגדול הרב שלום רוקח.


די מיטאלאגישע בילד וואס פאראייניגט איבער 6,000 חב"ד שלוחים מארבע קצוות תבל, פארנט פון די ליובאוויטש הויפטקווארטיקן אויף 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס.


ממנו יראו וכן יעשו: די קאר פון האדמו"ר מסאטמאר מיט'ן "גדר" סטיקער נאכ'ן ווערן געפילטערט פון אינטערנעט.


הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע פארברענגען בשבת אחים גם יחד בייא מסיבת לחיים לכבוד די שמחה במעונו פונעם שוואגער גאב"ד סאטמאר בארא פארק, בחדרו הפרטי פון האדמו"ר מבאבוב אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג באטראכט א בעכער וואס איז ערצייגט געווארן פון מטבעות פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע נאך א ברית די וואך לבן אחד מחסידיו.


שיין בילד פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ביים טאנצן מצוה טאנץ לפני נכדתו הכלה, ארומגענומען מיט זיינע קינדער הרבנים כשתילי זיתים סביב.


ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א טיילט מיט א וויכטיגע יסוד וואס מ'קען זיך אפלערנען פון די סדרה אין פרשת וירא, ביים שבת חברותא פאר נגידי ותומכי מוסדות פני מנחם, אין טעמפא, פלארידע.


האדמו"ר מסאטמאר אין א ליבליכע שמועס מיט בנו הגדול הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, ביים סיום מסכת בבא קמא דורך די סאטמארער ש"ס חבורה יסודי התורה, פארגעקומען אין שטאט וויליאמסבורג.


הגה"צ רבי משה ראזענפעלד שליט"א אבד"ק סענדרא באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל.


די שיירה פון האדמו"ר מבעלזא ביים אנקומען קיין עיר הקודש טבריה, וואו דער רב שליט"א האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון אביו הגה"ק מבילגורייא זצ"ל לכבוד די יארצייט.


אין די טעג איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער אינעם חצר ביים מערת הרשב"י אין אתרא קדישא מירון, צו באשיצן די פילע הונדערטער מתפללים פון די ווינטערדיגע רעגנס און קעלט.


הרב שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא, באזוכט ביים זיידן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מקבל צו זיין ברכת קדשו לרגל די געבורט פון זיין בן זכר למזל טוב.


קורצע סך הכל ווידעא פונעם היסטארישן באזוך דורך די גדולי מאורי הדור אין שטאט ציריך, שווייץ, לטובת קרן עולם התורה.


ביים שמחת חתן פונעם יונגן עסקן החתן ראובן ראזנבערג, מערקט "קרישקעס", די גדולי העסקנים, הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה וייעוץ, העסקן הרב משה שפירא מראשי עסקני ק"ק קארלין סטאלין, און הרב אפרים לעבאוויטש פון די רופא חולים ארגאניזאציע.


ביהמ"ד מדרש פנחס אוסטילא שטעלט ארויס א דאנק-בריוו פאר די פייער דעפארטמענטס פון די מאנסי אומגעגנט, וועלכע האבן געארבעט אומערמידליך צו באקעמפן די העלישע פייער וואס האט אויסגעבראכן אין בית המדרש, און האבן באוויזן ארויסצוראטעווען די ספרי תורה פון די שריפה.


שמחת חתן אויפ'ן ירושלימ'ער שטייגער ביים שמחת החתונה די וואך פון אן אייניקל ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.


האדמו"ר מבאבוב אין א טאנץ מיט צוויי אייניקלעך, קינדער פון בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א ביים גרויסן חתונה די וואך אין די באבובער הויף.

האדמו"ר מפינסק קארלין ביים קלאפן א מזוזה אין די נייע אפיס פון יד להושיע שע''י קרן ויואל משה - הצלה מגיוס אין ירושלים.


ר' יוסף שמעון שעכטער נאמן בית האדמו"ר מוויזניץ, פאטאגראפירט זיך פארנט פון דעם היסטארישן לייטנער האטעל אין מארינבאד, אויפ'ן זעלבן ארט וואו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויז ניץ זי"ע ווערט געזען אינעם באקאנטן בילד פארלאזנדיג דעם האטעל מיט קנאפע הונדערט יאר צוריק.


האדמו"ר מסקאליע ביים תפילין לייגן פון הבחור הבר מצוה, א זון פון תלמידו המקובל הגה"צ רבי ישורון צייטלין שליט"א, האדמו"ר משקלאוו.


מגיד מישרים הרה"ג רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א באציט זיך צו די גלות יארן פון האדמו"ר מוויזניץ אין איינע פון זיינע פאפולערע שיעורים די וואך.


סעודת מלוה מלכה אין דזשעקסאן, ניו דזשערסי, פאר חברי חבורת דרך אמונה, בנשיאות המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה, וואו דער משפיע האט געשפילט אויפ'ן פידל כמנהג אבותיו, לקראת יום טוב חנוכה הממשמש ובא.


גאב"ד אנטווערפן מערקט "קרישקעס" ביים פארלאזן דעם כותל המערבי, זייענדיג צוגאסט אויף א באזוך אין ארץ ישראל.


אין די טעג האט מען אנגעהויבן אויסליידיגן די בניני המוסדות תולדות אהרן אין ירושלים, זיך גרייטנדיג איינצואווארפן דעם בנין בית המדרש הגדול פאר'ן אויפבוי פונעם נייעם ריזיגן מרכז העולמי דחסידי תולדות אהרן.


נאכן דערהויבענעם שבת אין שטאט וויליאמסבורג מערקט "קרישקעס" האדמו"ר ממבקשי השם ביים אפרעכטן תיקון חצות אין איינע פון די וויליאמסבורגער בתי מדרשים.


האדמו"ר מזוטשקא אין א שמועס מיט המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א אינעם בנין הכנסת אורחים אין רימינוב, פוילן, וויילנדיג אויף א מסע הקודש צו די קברי הצדיקים אין אייראפע.


דראון בילד פון די הייעך פונעם מיטאלאגישן "שלוחים בילד" פארנט פון די ליובאוויטשער הויפטקווארטירן אין קראון הייטס.


האדמו"ר מרימינוב פון ירושלים ווערט געזען מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון זקינו ר' אשר מרימינוב זצוק"ל אויפ'ן בית החיים אין שטאט קראקא פוילן.


האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים באזוכט בבית הרה"ח ר' אברהם גרינהוט הי"ו, ראש העסקנים אין די מערכה להצלת ילדי לב טהור, וואו דער רבי שליט"א האט מחזק געווען עסקני ויוצאי לב טהור.


האדמו"ר מבית חיים יושע שטעלט זיך אפ אנוואונטשטן א יונגעל אויפ'ן וועג ארויס פון די שמחת שבע ברכות לכבוד הגה"צ רבי חיים דוד כץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר ב"פ, דורך חבורת מלוה מלכה דקהל יטב לב, בבית הרה"ח ר' ישראל יודא לאפפלער הי"ו.


הרבני הנגיד ר׳ מאיר פישל הי"ו ווערט אויפגערופן מיט א ברכה ביים חתונה פון א קינד ביי הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא.


א טשיקאווער מאמענט נאך א ברית מילה פון אן אייניקל פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, ווי א איד בלאזט שופר מיט א ריזיגן תימן'ער שופר.


דורכאויס א באזוך פונעם ירושלימ'ער מעיאר משה ליאון ביי האדמו"ר מסקווירא, האט דער רבי בייגעשטייערט א סכום הגון פאר א נייעם פאנד, וואס איז אונטערגענומען געווארן אויפ'ן איניציאטיוו פונעם בירגערמייסטער, איבערצובויען מקוואות אין ירושלים עיה"ק.


צווישן די טויזנטער חב"ד שליחים ביים יערליכן כינוס השלוחים מערקט "קרישקעס" הרב ברוך פריזאנט שליט"א, זון פון האדמו"ר מצאנז זוועהיל, וועלכער דינט אלס שליח חב"ד אין איינע פון די געגנטער אין בני ברק.


האדמו"ר מטשערנאביל ערשיינט צום מעמד אדיר "ויתאו כל", וואס איז פארגעקומען דעם זונטאג אין די גיגאנטישע די סיטי פעסטונג אין מעלה אדומים, לטובת די איבערבוי פונעם ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.


ר' אריה ערליך, הויפט רעדאקטאר פונעם משפחה מאגאזין, אין א שמועס מיט'ן רוסישן הויפט רב הרב בערל לאזאר, בעפאר די מיטאלאגישע שלוחים בילד פארנט פון 770.


דער חסידישער שריפטשטעלער ר' דוד דאמען טיילט מיט פון זיין באזוך פאריגן שבת אין דער באשיידענער סטיטשינער הויף אין בארא פארק.


די וואך ביים שבע ברכות דורך די אברכי הכוללים בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא לכבוד די שמחה במעונו פונעם ראש הכולל, האט דער בדחן משמח געווען חתן וכלה, זייענדיג פארשטעלט ווי כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל, און דערנאך ווי דער לעגענדארער בדחן ר' פינקי וועבער הי"ו.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באשיינט ביים שמחת החתונה במעונו פון האדמו"ר מבוטושאן אין בארא פארק.


טאלאנטפולער בדחן און טשעירמאן ר' נחמן ליווי, אין א שמועס מיט האדמו"ר מליסקא ביים יערליכן שומרי החומות דינער אין בארא פארק.


העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו ערהאלט שמן זית לכבוד יום טוב חנוכה פון האדמו"ר מצאנז זמיגראד ביים יערליכן שומרי החומות דינער אין בארא פארק.


המשפיע הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א, ראש ישיבת תפארת התורה ברסלב, אין א שמועס מיט זיין נאנטן קרוב, דער באקאנטער שדכן הרה''ג ר' יואל פילאפף שליט"א, דומ"ץ בקרית טאהש.


ברכת הקודש פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא פאר אלע תומכים פונעם קאמפיין לטובת תלמוד תורה חיי עולם אין ציריך, שווייץ.


דער נייער חבר הכנסת מטעם קהל מחזיקי הדת בעלזא, ר' אליקים שטארק, אין א שמועס מיט'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' שלמה זייאנץ, דערציילט איבער זיין קשר צום ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.


די וואך ביי א חלאקה אין מירון ווערט באמערקט ווי די בעלי שמחה מאכן פארשידענע געוואגטע קונצן מיט די הדלקה-פייערלעך אויפ'ן קאפ.


האדמו"ר מוויזניץ איז מבקר חולה די וואך ביי בנש"ק הרב משה נפתלי פערלוב, אייניקל פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים.


האדמו"ר מסטריקוב ירושלים ווערט באמערקט אין די שומרי שבת מנינים צענטער אין בארא פארק, כאחד האדם צווישן די באי ומתפללי ביהמ"ד.


האדמו"ר מסאטמאר באדאנקט זיך פאר זיין פלומעניק הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, בן האדמו"ר מסקווירא, נאכ'ן אויפטרעטן אלס גאסט רעדנער ביים גרויסארטיגן סיום מסכת בבא קמא דורך די סאטמארער ש"ס חבורה יסודי התורה אין וויליאמסבורג.


הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם, איז עוסק בתורה זיצנדיג אויף א פשוטן באנק אין ביהמ"ד נחלת עקיבא אין די גני גאולה געגנט אין ירושלים, בעפאר א ברית ביי איינע פון זיינע תלמידים.


האדמו"ר מספינקא מאנסי באטראכט דעם נוסח המצבה על ציונו פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל.


דראון בילד פונעם עלי' לציון פון הגה"ק מבילגורייא זצ"ל, בראשות בנו יחידו האדמו"ר מבעלזא, אויפ'ן בית החיים העתיק אין עיר הקודש טבריה, וואס געפינט זיך הארט ביים כנרת טייך.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באטייליגט זיך די וואך ביי די חתונה במעונו פון ש"ב האדמו"ר מפיטסבורג, חתן דודו האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.


ר' אהרעלע בוימל, המכונה דער בארדיטשובער רבי, איז מקבל ברכת קדשו פון גאב"ד מאקאווא אין אתרא קדישא מירון, לקראת די באפארשטייענדע חתונה פון בנו החתן די וואך.


האדמו"ר מבאבוב אין א טאנץ מיט די צוויי שותפים הנגידים ר' יוסף אריה בריננער הי"ו מחשובי חסידי באבוב און ר' יודל מאנדל הי"ו, ביי די חתונה די וואך אין בארא פארק, בבית הנגיד ר' יוסף אריה שיחי'.


האדמו"ר רבי פנחס אבוחצירא שליט"א איז מעודד די פייערדיגע ריקודין של דביקות לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, ביי די חתונה די וואך פון א קינד, אויפן מוזיק סטעידזש, אינאיינעם מיטן חסידישן בעל מנגן ר' ארעלע סאמעט.


הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א אין א שמועס מיט הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א, רב ביהמ"ד ישראל שלום דקהל יטב לב אין קרית יואל, אינעם חצר פון רבי ישעי'לע'ס הויז אין קערעסטיר, אונגארן


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אין א טאנץ מיט שאר בשרו האדמו"ר מראחמיסטריווקא, ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך אין דעם גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באגלייט זיין שווער, גאב"ד מאקאווא, אינעם לוד לופטפעלד, אונטערוועגנס צום יארצייט פונעם זיידן הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע.


הזמנה צום שמחת הקידושא רבא פון אן אייניקל פונעם מחנך הרב לייבוש ליש שליט"א, משב"ק בחצר הקודש ראפשיץ סטיטשין, מיטן נייעם טיטל פונעם ביהמ"ד "ראפשיץ-סטיטשין".


א שיין בילד ווי אברכי חסידי סקווירא אין אנטווערפן שלינגען מיט דארשט די דברי פי חכם חן פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, זון פון האדמו"ר מסקווירא, ביי א שמועס מיוחד פאר די אברכי הקהילה.


בארימטער פאטאגראפיסט ר' יאסי גאלדבערגער פאראייביגט זעלטענע בילד פון האדמו״ר מקרעטשניף כפר עטה בעת דעם רבינס לעצטע באזוך אין ניו יארק.


מזל טוב וואונטשן מטעם ק"ק ומוסדות פשעווארסק לכבוד הרה"ח רבי זושא גליק הי"ו, משב"ק ואיש אמונו פון האדמו"ר מפשעווארסק, לרגל די חתונה פון בתו הכלה די וואך.


אייגנארטיגע בעלזער נאמבער פלעיט באמערקט אויף די בארא פארקער גאסן.



תגובות


bottom of page