top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות און דרשת פתיחת הזמן דורך האד' מתולדות צבי ספינקא אין ספינקא ישיבה גדולה אין טשעסטער

לפני 26 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם דינסטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אנגעקומען אינעם היכל ישיבה גדולה תורת צבי ד'ספינקא אין טשעסטער קרית יואל, צום מעמד קביעות מזוזות, און דרשות פתיחת הזמן פאר די בחורי חמד, סיי די תלמידי ישיבה קטנה און סיי די תלמידי ישיבה גדולה וועלכע האבן צום יעצטיגן זמן הלימודים באנייעט א נייעם בנין רחבת ידים.


אנקומענדיג האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה, דערנאך האבן תלמידי הישיבה מקבל געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע ניגונים. דער רבי האט אנגעהויבן די דרשת פתיחת הזמן מיט'ן פסוק מזמור שיר חנוכת הבית, ארומגערעדט מפי ספרים וסופרים איבער די גרויסקייט פון מחנך זיין א נייעם בנין שמגדלין בו תורה ותפלה. דער רבי האט אויסגעשמועסט די סדר היום פון א בחור, און מעורר געווען פארשידענע נקודות ווי שמירת הזמנים, קדושת המקוה, לערנען פאר'ן דאווענען, לימוד חומש רש"י, גמילות חסדים, און כיבוד אב ואם. באזונדער האט דער רבי ארומגערעדט איבער שמירת עינים און שמירת אזנים, אוועקצושטיין פון אלע כלים, סיי פון מ'קען זעהן און סיי וואס מ'קען הערן אין אלע אומאויסגעהאלטענע טעלעפאן ליניעס למיניהם.


דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א שלחן לחיים, און באגריסט דער מחותן הגה"צ ר' מנחם נחום קאהן שליט"א, אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים בית שמש, בן כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער כבני מרון מקבל זיין שיריים און ברכת הקודש צום נייעם זמן.


דער רבי איז דאן צוגעגאנגען צום הויפט אריינגאנג פונעם היכל, געמאכט א ברכה און קובע געווען די מזוזה, נאכדעם האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינאיינאם מיט די תלמידי הישיבה.



תגובות


bottom of page