לאנדאן: גראנדיעזע התכנסות תלמידי וחסידי דושינסקיא ביי רייכע אווענט לטובת נייע בנין התלמוד תורה דושינסקיא אין שטאט
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם וואך האבן תלמידי וחסידי דושינסקיא אין עיר הבירה לאנדאן זיך משתתף געווען בגוף ובממון ביים מעמד "בוני העתיד" בשילוב מיטן "הנחת אבן הפינה" פאר דעם פראכטפולן נייעם בנין התלמוד תורה בית יוסף צבי דחסידי דושינסקיא, וואס איז אפגעהאלטן געווארן ברוב פאר והדר אין דעם פראכטפולן דיימאנד זאל אין דער גאלדערסגרין געגנט, מיט דער באטייליגונג פון א גרויסע ציבור חסידים, וואס זענען זיך צונויפגעקומען מיטן איינעם ציל אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר דעם ווינקל פון חינוך הטהור.
דער מעמד איז באשיינט געווארן מיט די פערזענליכע השתתפות פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פאר דעם צוועק, אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם קרן הבנין פונעם נייעם תלמוד תורה וואס אנטשפרעכט א מגדל עוז פאר ק״ק דושינסקיא אין שטאט.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער גאסט דער בארימטער רעדנער הרה"ח רבי מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט אנגעפירט דעם מעמד בנועם שפתיו. אנהייב מעמד איז פארגעשטעלט געווארן א רייכע פרעזענטאציע "זכור ימות עולם", וואס האט פאכמאניש פארגעשטעלט די ערשטע קערנדליך פון דושינסקיא נאך אינדערהיים אין אויבערלאנד ביז צום היינטיגן בליענדן אימפעריע פון תורה און חינוך, און דעם אויפבלי פון דער קהילה און מוסדות אין לאנדאן הבירה.
דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יוסף צבי גרינבוים הי"ו פון די מייסדי הקהילה, וועלכער האט געשילדערט די קורות הימים פון די קהילה אין לאנדאן מיום הווסדה נאך בימיו פון הגה''ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע.
דערנאך האט דעם רבינ'ס זון, רב הקהילה הגה"צ רבי יואל יעקב דושינסקיא שליט"א משמיע געווען קורצע דברי תורה וברכה לכבוד המעמד, ער האט ארויסגעברענגט דעם נחיצות פון מחנך זיין די קינדער אויף דעם אויסגעטרויטענעם וועג אן קיין שום פרעמדע השפעות, ווען די תלמוד תורה ווערט געפירט גענצליך על טהרת הקודש, און געניסן סיי וועלכע שטיצע פון די רעגירונג, גייענדיג אויף די הייליגע מסורה און קפידא פונעם גרויסן מייסד הקהלה, דער מהרי"ץ דושינסקיא, וועלכער האט בשעתו נישט געלאזט נעמען קיין רעגירונג שטיצע נישט נאר אין ארץ ישראל, נאר אויך פאר זיינע ישיבות וואס ער האט געפירט אין גאלאנטא און אין חוסט, אין די יארן איידער ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.
נאך אים האט גערעט דער נואם הכבוד דעם רבי'נס שוואגער פה מפיק מרגליות הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א וועלכער האט געהאלטן א באגייסטערנדע דרשה איבער דער גרויסער זכי' צו שטיצן א תלמוד תורה על טהרת הקודש, איבער די באדייטנדע מאמענט פון הרחבת גבולי הקדושה, און וואו מען ווערט דערמיט מקושר צום בית חיינו שבירושלים.
איידער מען איז צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון דעם מעמד צו גיסן אבן הפינה, האבן די בעלי מנגנים געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות וכיסופין, און דערביי איז דער רבי צוגעגאנגען גיסן דעם אבן היסוד בדחילו ורחימו, ווען דער גאנצער עולם ברעכט אויס אין פייערדיגע ריקודין מיטן ניגון "בורא עולם בקנין".
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען זיין זון דער רב שליט"א, די אנדערע דיינים און גיסו אבד"ק לימנוב צו גיסן דעם יסוד פאר דעם הייליגן בנין.
בחרדת קודש האט מען דאן זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין אינערליכע התרגשות צו דעם געלעגנהייט, און מאריך געווען איבער דעם געוואלדיגן זכות צו נעמען א חלק אין דעם נייעם בנין, און ארויסגעברענגט די פליכט פון יעדן איינעם זיך צו אנשטרענגען יותר מכפי יכולתו פאר דעם בית גדול לה' ולתורתו. דער רבי האט שטארק מחזק געווען די הנהלה פארן זיך האלטן פעסט נישט נעמען קיין שום רעגירונגס-שטיצע, און מאציל געווען מברכותיו פאר אלע משתתפים.
נאך די דברות קודש זענען די נדיבים בעם אריבער איבערצוגעבן נדבת לבבם הטוב לטובת דעם נייעם בנין, ווען יעדער נדיב גיבט איבער פארן רבי'ן אן אבן זכרון מיט זיין נאמען וואס וועט איינגעקריצט ווערן אין דעם בנין. דער רבי שליט"א האט יעדן געוואונטשן מברכותיו, און געשאנקען ספעציעלע מתנות יעדער לפום דרגא דיליה.
עס איז געווען א מחזה הוד זעענדיג ווי איבער א העלפט פון די משתתפים האבן בייגעשטייערט דעם ריזיגן סכום פון 18,000 פונט, און בסך הכל איז געשאפן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער א מיליאן פונט וואס דער ציבור האט זיך אונטערגענומען להקים בית השם, שאפנדיג א אומגעהויערע הצלחה למעלה מן המשוער.










































תגובות