חסידי טאהש וועלן מיטלעבן געהויבענעם שמחת נישואין פון נכדת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין מאנסי
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בשמחה וצהלה גרייטן זיך חסידי טאהש פון אומעטום מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה, שמחת נישואין פון הכלה תחי' נכדת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וואס וועט קומענדיגן זונטאג, א' פרשת ויצא, אפגעראכטן ווערן אין מאנסי, ביי וועלכן די חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק געגנט וועלן האבן די געלעגנהייט זיך מיטצופרייען בשמחתו פונעם רבי'ן שליט"א מקירוב מקום ולב.
בשטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה הכלה, אן אייניקל פון רבי'ן שליט"א, טאכטער פון בנו הגה"צ רבי חיים יחיאל אלטר סג"ל לאווי שליט"א אבד"ק טאהש-מאנסי, חתן הגה"צ רבי ישראל סיני וואגשאל זצ"ל מלאנצוט, מיטן חתן א זון פון הגה"צ רבי חיים ארי' כהנא שליט"א אבד"ק זכרון אלימלך ספינקא אין מאנסי, בן הגה"צ רבי אלימלך זצ"ל פון ירושלים עיה"ק, וחתן הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי.
די שמחה וועט אפגעראכטן ווערן אין מאנסי, אין די זאלן פון "עטרת חי' שרה", וואס וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור. די עסקנים לייגן אריין שטארקע כוחות מסדר צו זיין אלע פרטים פון די שמחה הרוממה, ובפרט צו קענען אקאמאדירן די פילצאליגע אורחים פון קרית טאהש און אנדערע מקומות, וואס זענען דערווארטעט מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה.
פאר די נשים איז באזונדער ארויסגענומען געווארן דער דערנעבנדיגער זאל "עטרת גענענדיל", און דער מעמד החופה וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן אויפ'ן גרויסן באדן צווישן די צוויי זאלן.
קורץ נאך די חופה וועט דער גרויסער זיידע כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א ערשיינען צום סעודת נישואין, און מ'וועט זיך משמח זיין מיט ריקודין של שמחה, וואס דער הויכפונקט דערפון וועט זיין דער מצוה טאנץ פונעם רבי'ן שליט"א און די אנדערע געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א.
די שמחה אנטשפרעכט צו זיין גאר א געהויבענע, אויף וועלכער די חסידים קוקן ארויס מיט התרגשות'דיגע געפילן.









תגובות